דער פֿאַרשפּעטיקטער צה"ל-פּאַראַד

The Belated IDF Parade

פֿון עמיל קאַלין

Published May 06, 2014, issue of May 23, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן די אומענדלעכע דערוואַרטונג: די זייגערס האָבן געקלאַפּט, און עס האָט זיך גאָרנישט באַוויזן, אַחוץ די פּאָליציי־מאַשינען, וואָס זענען געפֿאָרן אַהין און אַהער. דער עולם האָט אָנגעהויבן פֿאַרלירן זײַן געדולד, און זיך צערעדט וועגן דעם מיליטער, וואָס איז נישט פּינקטלעך. דערנאָך איז אָנגעקומען די ביטערע בשׂורה און אין יעדן אָרט, וווּ מ‘האָט זי געהערט, האָט זיך געמאַכט אַ געווירבל פֿון קעפּ.

אַזוי ווי דער טעם פֿון דער דערוואַרטונג האָט זיך אויסגעוועפּט, האָבן זיך אַ טייל צושויער געלאָזט גיין אין דער ריכטונג פֿון דעם “מושבות”־פּלאַץ און אַנדערע האָבן זיך גראָד געוואָנדן צו דער בינע אויף בן-יהודה־גאַס. מע האָט געקענט ווירקלעך אָנטאַפּן די אַנטוישונג און פֿאַרלוירנקייט.

פֿיל מענטשן האָבן באַשלאָסן, אַז די שׂימחה איז פֿאַרשטערט געוואָרן און געגאַנגען אַהיים; זיי האָבן זיך אָבער טועה געווען. דער פּאַראַד האָט געשפּאַנט, נישט געקוקט אויף אַלע מניעות. אמת, זײַן שײַן און גלאַנץ איז פֿאַרטונקלט געוואָרן; דאָך, איז ער געווען בכּוח אַרײַנצוברענגען געזאַנג אין די הערצער.

זייער אַ מידער עולם האָט באַגלייט די אויסגעשעפּטע זעלנער. קינדערלעך זענען אַנטשלאָפֿן געוואָרן אויף די הענט פֿון די מאַמעס. און די זעלנער, מיט שווערע ביקסן אויפֿן אַקסל, האָבן געשוויצט אונטער דער שווערער לאַסט.

און דאָך, עס האָט אַרומגענומען דעם עולם אַ התלהבֿות צוויי מאָל: דאָס ערשטע מאָל איז אַדורכגעפֿאָרן יצחק שׂדה [דער קאָמאַנדאַנט פֿון דעם פּלמ”ח] אין אַ דזשיפּ, אַרומגעפּוצט מיט בלומען, און דאָס צווייטע מאָל, בשעת עס האָבן זיך באַוויזן די טאַנקען.

אונדזער געפּאַנצערטער כּוח איז געוואָרן אַ לעגענדע: וועגן זײַנע פּעולות האָט מען אַ סך געהערט, אָבער ביז אַצינד איז ער געווען ווי אַ „בל-יירא‟.

אונדזערע טאַנקיסטן זענען אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס פֿרייד. זיצנדיק אין די שטאָלענע מאָנסטערס, האָבן זיי באַוואַכט איבער די שײַנענדיקע פּנימער. שמייכלען האָבן זיך באַוויזן אויף זייערע שוויציקע פּנימער, ווען מע האָט זיי געוואָרפֿן סיגאַרעטן און שאָקאָלאַד, און דער עולם, אונטן, האָט אַפּלאָדירט און אויסגעשאָסן אַ געלעכטער פֿול מיט פֿרייד.

איין ריזיקע מאַשין, איר הייך איז געווען ווי אַ צוויי-שטאָקיקע געבײַדע, האָט געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק אויפֿן עולם, ביז עמעצער האָט אַנטדעקט, אַז זי איז גאָר אַ וועשערײַ אויף רעדער… די מיליטערישע בריק, די מאָבילע וואַרשטאַטן, דאָס סיגנאַליזאַציע־געצײַג האָבן אויפֿגעוועקט בײַ די מענטשן אַלערליי השערות. נישט אַלץ האָט זיך געלאָזט דערקענען.

אַז די רײַטער זענען אַדורכגעריטן, האָט דער עולם נתפּעל געווען פֿון די שיינע פֿערד, און ווייניקער פֿון די רײַטן-פֿעיִקייטן פֿון די רײַטער אַליין. אויך די מחנה־איינהייטן, וואָס די תּל-אָבֿיבֿער האָבן געזען צום ערשטן מאָל, האָבן געקראָגן אַפּלאָדינסמענטן.

נאָר מער ווי אַלע האָבן די „גדנ”ע‟ בחורים* אויפֿגעוועקט דאָס התלהבֿות בײַם עולם. זיי זענען געווען, אָן אַ ספֿק, נענטער צו די הערצער פֿון די איבעריקע איינהייטן. עס האָבן געשלאָסן דעם פּאַראַד די איינהײט פֿון מעדיצינישער דינסט, פֿרויען-מיליטער, קאָמאַנדאָ-קעמפֿער, אַרטילעריע און אַנטי-עראָפּלאַנען שוץ-כּוחות. אַפֿילו די מענטשן, וואָס עס איז פֿאַרבליבן בײַ זיי אַ טראָפּן ביטערקייט, מוזן מודה זײַן, אַז זיי האָבן באַקומען אַ שׂכר פֿאַר זייער וואַרטן.


גדנ”ע - פֿאַר-מיליטערישע יוגנט־איינהייטן

(איבערגעזעצט און צוגעגרייט צום דרוק פֿון עמיל קאַלין)