דער פֿאַרשוויגענער יציאת-קובאַ

The Untold Exodus of Cuban Jewish Children


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 15, 2014, issue of June 06, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס יאָר איז געווען 1960. ווידעראַמאָל האָבן ייִדישע קינדער פֿאַרלאָזט זייערע היימען, די עלטערן האָבן זיך צעשײדט פֿון זייערע קינדער ווען מען האָט זיי אַרײַנגעשמוגלט קיין מיאַמי, פֿלאָרידע, און אַלץ בשתּיקה אונטער קאַסטראָס נאָז.

די אַרבעט פֿון אַרויסשמוגלען די קינדער האָט זיך גערופֿן „פּאַדראָ פּאַן‟, אונטער דער השגחה פֿון דער קאַטוילישער קירך און סאָציאַלער באַזאָרגונג פֿון די קאַטאָליקן אין פֿלאָרידע.

די פּליטה האָט געציילט אַלץ אין איינעם 1,448 קינדער; צווישן זיי — 396 ייִדישע קינדער, אַלץ קינדער פֿון ייִדישע עלטערן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן.

דער ניו־יאָרקער „האַיאַס‟ האָט דאָ געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע, פֿאַרזאָרגן זיי מיט געהעריקע דאָקומענטן און אויסגעצאָלט זייערע רײַזע־הוצאות.

אין מיאַמי האָט מען געפֿונען היימען פֿאַר די קינדער, וועלכע זײַנען געווען צעשײדט פֿון זייערע עלטערן און משפּחות. אָן דער ענגלישער שפּראַך האָבן זיך די ייִדישע קינדער געמוזט צוגעוויינען צו די נײַע באַדינגונגען. דאָ, אין אַמעריקע, האָט מען געפֿונען ייִדישע היימען פֿאַר זיי. יעדן חודש האָט אַ ייִדישע אַגענץ אויף זיי אַכטונג געגעבן ביז זיי האָבן זיך געקענט פֿאַראייניקן מיט די עלטערן.

מיט דער צײַט האָבן די קובאַנער ייִדן אויפֿגעשטעלט ייִדישע קאָמונאַלע אינסטיטוציעס אין דרום־פֿלאָרידע און זיי גערופֿן „די סירקל‟, דאָס רעדל. צווישן זיי האָבן אַ טייל געשאַפֿן אַ קובאַנער אָרקעסטער, וואָס האָט זיך גערופֿן „די בייגלס‟.

די געשיכטע מיט די געראַטעוועטע 396 קינדער איז פֿאַרשוויגן געוואָרן אין דער ייִדישער פּרעסע צוליב דער מורא אַז די פֿאַרבליבענע ייִדן, דער עיקר — די עלטערן פֿון די קינדער, וועלן צאָלן טײַער פֿאַרן אַוועקשיקן זייערע קינדער.

פֿאַר ייִדישע קינדער וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אונטערן נאַצישן רעזשים, זײַנען אַ מיליאָן און אַ האַלב ייִדישע קינדער אומגעקומען צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, ברידער, שוועסטער, באָבעס און זיידעס און אַוועק מיטן רויך. דאָ און דאָרט האָבן זיך געראַטעוועט רעשטלעך פֿון זיי, אַ סך פֿון זיי זײַנען געבליבן יתומים אויפֿן לעבן.

איז דען פֿאַראַן אַ פֿאָלק אין דער וועלט־געשיכטע, וואָס האָט געליטן אַזעלכע פֿאַרלוסטן? צווישן זיי — אַ מיליאָן אַרמענער? דאָס ברענגט מיך אויפֿדאָסנײַ צום געדאַנק, וווּ שטעקט ערגעץ דער אכזר אין אונדז, די בעסטיע, די חיה אין מענטשן־געשטאַלט וואָס איז פֿעיִק אויסצומאָרדן גאַנצע פֿעלקער מיט קינדער אונטער פֿאַרשיידענע אומשטענדן? אָבער לאָמיר אָפּלאָזן די שווערע געדאַנקען און אומקערן זיך צום אָפּפֿלוס פֿון קובאַנער ייִדישע קינדער.

און אַזוי ווי איך געפֿין זיך נאָך אַלץ אין פֿלאָרידע, פֿאַרנעם איך זיך מיט ייִדישער לערערײַ. צווישן מײַנע סטודענטן געפֿינט זיך אַ קובאַנער ייִד, וועלכער איז געקומען קיין אַמעריקע מיטן קינדער־טראַנספּאָרט פֿון קובאַ אין 1960 אונטער אַ פּראָטאָקאָל פֿון שאַ־שטיל.

ווען נישט מײַן סטודענט, וואָלט איך קיין מאָל נישט געוווּסט, אַז עס זײַנען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן 396 ייִדישע קינדער פֿון קאַסטראָס רעזשים.

הײַנט זײַנען שוין די קינדער אויסגעוואַקסן, אַליין געוואָרן עלטערן, באָבעס און זיידעס, און זייער געשיכטע איז שוין אויפֿגעדעקט געוואָרן.