(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איך האָב געזען די פֿאָרשטעלונג, וואָס די סטודענטן האָבן אויפֿגעפֿירט, רעזשיסירט און פּראָדוצירט, אינעם „קאָנעלי טעאַטער‟ (Connelly Theater) אינעם לאָוער-איסט-סײַד פֿון ניו-יאָרק. דער דאָזיקער קליינער, אָבער שיינער טעאַטער-זאַל עקזיסטירט זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, און איך וואָלט זיך נישט פֿאַרחידושט, אויב אַמאָל האָט מען דאָרט אויך געקענט הערן די ייִדישע שפּראַך, אַרויסגעבראַכט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן. גיי ווייס…
די פּיעסע אַליין איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן נישט שלעכט, און פֿײַן רעזשיסירט דורך סקאָט עבערסאָלד. די אַקטיאָרן האָבן זיך באַמיט, אויף וויפֿל זיי קענען, איבערצוגעבן דעם טעקסט אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן. אַ ביסל אַנטוישנדיק איז געווען דאָס שפּילן פֿון דער הויפּט-אַקטריסע אין דער ראָלע פֿון אַגנעס עגלינג (לאָרען ווײַטהעד, וואָס איז אויך דער דראַמאַטורג). אויף איר געשטאַלט האַלט זיך אָדער דער דערפֿאָלג, אָדער דער דורכפֿאַל פֿון אַזאַ מין פּיעסע; צום באַדויערן, האָט איר שפּילן אָפּגעשוואַכט די גאַנצע אויפֿפֿירונג.
די ראָלע פֿון דעם שׂטן האָט זיך דעם אַקטיאָר דזשוליאַן סטייטרעוויטש בפֿירוש אײַנגעגעבן, און מע האָט געקאָנט פֿילן, ווי ער שרעקט סײַ די געשטאַלטן אויף דער בינע, וואָס טרעפֿן זיך צום ערשטן מאָל פּנים-אל-פּנים מיטן פּרינץ פֿון גיהנום בכּבֿודו-ובעצמו, סײַ דעם צושויער אַליין, מיט זײַן ווײַס פּנים און שלאַנגיק קול.
אָבער וואָס איז אָן שום ספֿק וויכטיקער נאָכן זען אַזאַ מין פֿאָרשטעלונג, איז זיך מישבֿ צו זײַן ווי קושנערס אַזהרה קעגן דעם אויפֿקום פֿון די ראַדיקאַל רעכט-געשטימטע איז שײך צו אַנדערע הײַנטיקע פּאָליטישע ספֿערן. אויב מע וואָלט, למשל, הײַנט פֿאָרגעשטעלט קושנערס „אַ ליכטיקער צימער וואָס רופֿט זיך טאָג‟ אין ישׂראל, וואָלט מען געהאַט אַ רײַכן קוואַל פֿון פּאַסיקע מאַטעריאַל, צו וואָרענען דערקעגן. די איצטיקע כוואַליע פֿון דעם „תּג-מחיר‟־טעראָר, פֿון די ייִדישע רעליגיעז-נאַציאָנאַליסטישע פֿאַנאַטיקער, האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד.
זיי באַפֿאַלן פּאַלעסטינער-לײַט, מאַכן שאָדנס אין קריסטלעכע און מוסולמענישע בתּי-תּפֿילה און קעגן זייערע פֿאַרמעגנס, לאָזן איבער פּאַסקודנע האַס־גראַפֿיטיס, ווי „אַראַבער אַרויס!‟ און „מוכאַמאַד איז אַ חזיר‟, און נאָך. אין ישׂראל האָבן די דאָזיקע פּאַרשוינען זוכה געווען צום שאַרפֿסטן גנאַי-אָפּשאַץ, בעיקר, נאָך זייערע אַטאַקן קעגן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן.
דער באַקאַנטער שרײַבער עמוס עוז האָט זיי אַפֿילו אָנגערופֿן „די ייִדישע נעאָ-נאַציס‟ (באַטאָנענדיק דעם „נעאָ‟; קיינער האַלט דאָך נישט, אַז זיי זענען טאַקע גלײַך ווי די אַמאָליקע היטלעריסטן).
אַוודאי, איז סכּנותדיק דורכצופֿירן דירעקטע פּאַראַלעלן מיט דער געשיכטע, בפֿרט אַז די וווּנדן פֿונעם ייִדישן חורבן האָבן זיך צו טיף אײַנגעשניטן אין אונדזער האַרץ און זכּרון; אָבער זיך אומקוקן אינעם נעכטן און זיך אַרומקוקן אינעם הײַנט, מוז מען כּסדר; אַנדערש קאָן מען פֿאַרלירן דעם מאָרגן. קושנערס פּיעסע „אַ ליכטיקער צימער, וואָס רופֿט זיך טאָג‟, דערמאָנט אונדז טאַקע וועגן דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.