די בירנבוימס

The Birnbaums

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 16, 2014, issue of June 06, 2014.

נתן בירנבוים (רעכטס) מיט זײַן זון — שלמה און אייניקל — יעקבֿ
נתן בירנבוים (רעכטס) מיט זײַן זון — שלמה און אייניקל — יעקבֿ

דעם 16טן מײַ ווערט 150 יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין ווין, אין אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער משפּחה, איז געבוירן געוואָרן נתן בירנבוים, וועמען ס‘איז באַשערט געווען צו שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור און פּאָליטיק. ניט צופֿעליק איז ער געווען דער מענטש, וואָס האָט געשאַפֿן די טערמינען „ציוניזם‟ און „ייִדישיזם‟. מיט דער ציוניסטישער טעטיקייט האָט בירנבוים זיך באַשעפֿטיק נאָך דעמאָלט, ווען טעאָדאָר הערצל האָט וועגן דעם אַפֿילו ניט געטראַכט. און די ייִדישיסטישע באַוועגונג האָט ער געפּרוּווט אָרגאַניזירן דורכן צונויפֿרופֿן די היסטאָרישע טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, אין יאָר 1908.

אָבער דאָס מזל האָט זיך אויסגעדרייט צו אים אַזוי, אַז סײַ אין ציוניזם און סײַ אין ייִדישיזם איז ער קיין פֿירער ניט געוואָרן. עס זײַנען געקומען אַנדערע מענטשן און גענומען די לייצעס אין זייערע הענט. דער ציוניזם איז טאַקע געוואָרן אַ באַוועגונג, מיט אַ צענטראַליזירטער אָנפֿירונג. גראָד הערצל, און ניט בירנבוים, איז פֿאַררעכנט געוואָרן ווי דער טוער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער טעטיקייט, וועלכע האָט געבראַכט צום גרינדן די ייִדישע מדינה.

וואָס שייך דעם ייִדישיזם, איז די דאָזיקע באַוועגונג קיין מאָל ניט געוואָרן ווי עס דאַרף צו זײַן צענטראַליזירט; זי איז שטענדיק פֿאַרבליבן צעשפּאָלטן. הגם עס זײַנען תּמיד געווען „ריינע ייִדישיסטן‟, בפֿרט צווישן די שרײַבער און אַנדערע אינטעלעקטואַלן, האָט מען, בדרך-כּלל, ייִדישיסטישע אידעען געפּריידיקט ווי אַ טייל פֿון כּלערליי פּאָליטישע פּראָגראַמען — פֿון טעריטאָריאַליזם, בונדיזם וכ‘.

בירנבוים אַליין איז געוואָרן אַ פֿרומער ייִד און איז געווען טעטיק אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט בירנבוים געמוזט פֿאַרלאָזן בערלין, וווּ ער האָט דעמאָלט געוווינט, און זיך באַזעצט אין האָלאַנד. דאָרטן איז ער געשטאָרבן אין יאָר 1937.