מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט „ייִדישפּיל‟

My First Encounter With Yiddishpiel


פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published May 18, 2014, issue of June 06, 2014.

נהריה — די שיינע שטאָט בײַם ים, וווּ איך וווין — געפֿינט זיך גענוג ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. דערפֿאַר איז פֿאַר מיר שווער צו פֿאָרן אַהין אויף אַן אָוונטיקן ספּעקטאַקל. נישט לאַנג צוריק אָבער האָט אונדזער אָרטיקע פּרעסע איבערגעגעבן, אַז דער טעאַטער „ייִדישפּיל‟ וועט אויפֿטרעטן אין מעלות מיט דער פּיעסע „סאָלאָמאָן גריפּ‟ פֿונעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן דראַמאַטורג חנוך לוין (לעווין) (1943—1999), וואָס אַבֿישי פֿיש האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

אין דער רעקלאַמע האָט מען דערקלערט, אַז די פּיעסע איז „אַ קאָמעדיע מיט קופּלעטן און אַן עפֿעקטפֿולן פֿינאַל‟, און אַז זי וועט באַגלייט ווערן מיטן טעקסט אויף העברעיִש און רוסיש, כּדי יעדער זאָל קענען פֿאַרשטיין.

דאָס שטעטל מעלות געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון נהריה. פֿאַרשטייט זיך, אַז כ׳האָב זיך דערפֿרייט פֿון דער געלעגנהייט צו זען אַ ספּעקטאַקל אויף ייִדיש, דערצו אַ קאָמעדיע. האָב איך אַהין אָנגעקלונגען, כּדי צו באַשטעלן דאָרטן אַ בילעט; מע האָט מיר געענטפֿערט, אַז איך קען עס קויפֿן בײַ זיך אין נהריה און אָנקומען קיין מעלות מיט אַ ספּעציעלן אויטאָבוס.

דער וועג פֿון נהריה קיין מעלות האָט פֿאַרנומען אַ האַלבע שעה. דער אויטאָבוס פֿאַר 50 פּאַסאַזשירן איז געווען פֿול געפּאַקט. ווען מיר זענען צוגעפֿאָרן צו דעם קולטור־פּאַלאַץ — „היכל התּרבות‟ — האָב איך באַמערקט, צו מײַן חידוש, אַז אַ סך אויטאָבוסן מיט די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער זענען אָנגעקומען פֿון אַ ריי אַנדערע שטעט. דער זאַל, באַשטימט פֿאַר 800 צוקוקער, איז געווען אינגאַנצן פֿול.

אַ טייל פֿונעם פֿאַרזאַמלטן עולם זענען שוין געווען צוגעוווינט צו דעם קלאַסישן ייִדישן טעאַטער, מיט זײַן שטעטלדיקן פֿאָלקס־הומאָר. אַזעלכע מענטשן וואָלט די פּיעסע, מעגלעך, געקאָנט אַנטוישן. „סאָלאָמאָן גריפּ‟, חנוך לוינס ערשטע פּיעסע, אָנגעשריבן אינעם יאָר 1969, האָט שאָקירט די קריטיקער. די טראַגישע מעשׂיות, בנוסח פֿון אַזעלכע פּערסאָנאַזשן, ווי דער אוראַלטער קיניג עדיפּ אָדער האַמלעטס פֿאָטער, ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַראָדיע, צי אַפֿילו אַ פֿאַרס, וועגן דעם, ווי די מענער ווערן דערהרגעט דורך אומטרײַע פֿרויען מיט זייערע געליבטע.

דער טעאַטער־קענער יצחק ליור האָט באַמערקט אין זײַן אַנאָטאַציע צו חנוך לוינס ערשטער פּיעסע, אַז אין איר ווערט אָפּגעשפּיגלט די הויפּט־מעטאַפֿאָר, וועלכע איז געוואָרן דער לייטמאָטיוו פֿון אַלע זײַנע שפּעטערדיקע ווערק: די מענער ווערן געשילדערט ווי קליינע קינדער, און די פֿרויען — ווי דעספּאָטישע און צווינגענדיקע מוטערס, דערציִער און לערער.

איך מיין, אַז דער רעזשיסאָר יורם פֿאַלק האָט גוט דערשפּירט דעם זשאַנער פֿון לוינס פּיעסע, און אַרײַנגעמישט אין זײַן ווערסיע עלעמענטן פֿון קאַבאַרעט און דעם „טעאַטער אינמיטן טעאַטער‟. אויף דער בינע שטייט אַ פּיאַנע, און דער פּיאַניסט, מישאַ בלעכעראָוויטש — אַ באַגאַבטער מוזיקער, אַ גראַדואַנט פֿון דער ווילנער קאָנסערוואַטאָריע — באַטייליקט זיך כּסדר אין די סצענעס, אָנפֿירנדיק דערבײַ מיטן מוזיקאַלישן טייל פֿונעם ספּעקטאַקל. ווען ער שפּילט נישט אויף דער פּיאַנע, העלפֿט ער די אַקטיאָרן צו טוישן דעם רעקוויזיט.

די לײַכטע באַוועגלעכע דעקאָראַציעס פֿונעם קינסטלער אַלכּסנדר ליסניאַנסקי האָבן דערמעגלעכט גרינג צו פֿאַרוואַנדלען די סצענע אין שלמה המלכס שלאָפֿצימער מיט זײַן בעט אינעם צענטער, אינעם קאַבינעט פֿונעם דאָקטער באַרמאַליי, אָדער אינעם גאַסטצימער בײַ סאָלאָמאָן גריפּן אין דער היים. די דעקאָראַציעס שטרײַכן אונטער די אידעע פֿונעם „טעאַטער אינמיטן טעאַטער‟. יעדעס מאָל, ווען אַן אַקטיאָר גייט אַרויס צו זינגען זײַנע קופּלעטן, עפֿנט זיך אַ ספּעציעלער פֿאָרהאַנג. צוליב אַזאַ סצענאָגראַפֿיע קאָן מען שפּילן אין אַ גיכן טעמפּ אָן אַנטראַקטן. דערצו, טויגן די דעקאָראַציעס פֿאַר יעדן בינע־פּלאַץ און קאָנען גרינג אויפֿגעשטעלט ווערן אין אַנדערע שטעט.

די קליינע טרופּע באַשטייט בלויז פֿון פֿינף אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט דעם דערמאָנטן מוזיקער בלעכעראָוויטש. דער באַרימטער יעקבֿ באָדאָ, וועלכער מערקט אָפּ הײַיאָר דעם 60טן יוביליי פֿון זײַן סצענישער טעטיקייט, טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון סאָלאָמאָן גריפּ. די באַקאַנטע אַנאַבעלאַ, וועלכע איז אַוועקגעפֿאָרן, אַזוי ווי באָדאָ, פֿון רומעניע קיין ישׂראל, פֿירט אויס די ראָלע פֿון שלמה המלכס ווײַב, פּאַרציפֿלאָכאַ; זי איז אויך באַקאַנט ווי אַ ישׂראלדיקער קינאָ־אַקטריסע.

אַנדריי קאַשקער, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט דעם מינסקער טעאַטראַלישן אינסטיטוט, האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל אינעם יאָר 1992. זינט 1997, שפּילט ער אינעם „ייִדישפּיל‟, אין קינאָ און אויף דער טעלעוויזיע.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אַלע דראַמאַטישע אַרטיסטן ווײַזן אַרויס אויך אַ נישקשהדיקן זינגערישן און טענצערישן טאַלאַנט. דער עולם האָט אַפּלאָדירט כּמעט יעדן מוזיקאַלישן פֿראַגמענט.

די קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז הגם לוין האָט געשריבן אויף העברעיִש, פֿילט זיך אין זײַנע פּיעסעס אַ שטאַרקע השפּעה פֿון ייִדיש. דערפֿאַר קלינגט אַבֿישי פֿישס איבערזעצונג פֿון „סאָלאָמאָן גריפּ‟ זייער נאַטירלעך און אָרגאַניש. די אַקטיאָרן רעדן אַרויס זייער גוט אַלע ייִדישע ווערטער, מיט אַ זאַפֿטיקער אינטאָנאַציע, הגם עס פֿילט זיך, אַז אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך אויסגעלערט די ייִדישע שפּראַך בעתן אַרבעטן אינעם טעאַטער.

ישׂראל טרײַסטמאַן פֿירט אויס די ראָלע פֿון שלמה המלכס ברודער — יהושע. יובֿל ראַפּאַפּאָרט טרעט אויף ווי דער זינגער „געלאַכטע‟. אַ דאַנק זייערע אַרטיסטישע טאַלאַנטן און די חידושים פֿונעם רעזשיסאָר, זענען די צווייטיקע סוזשעט־ליניעס אַרויסגעטראָטן אויפֿן ערשטן פּלאַן. דער עלנטער, אומגעלומפּערטער שלימזל יהושע רופֿט אַרויס ערנסטע רחמנות־געפֿילן.

דער זינגער „געלאַכטע‟ איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סימבאָלישער געשטאַלט, וואָס רעפּרעזענטירט דעם מחבר פֿון דער פּיעסע. ער איז אַ פּאָעט, אַ דראַמאַטורג, אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ נישקשהדיקער זינגער — און פֿאָרט אין דער זעלבער צײַט אַ נעבעכדיקער שלימזל, אַזוי ווי טרײַנסטמאַנס העלד.

ווי געזאָגט, האָט די רעקלאַמע צוגעזאָגט אַן „עפֿעקטפֿולן פֿינאַל‟. עס קאָן זײַן, אַז ווען די אַקטיאָרן וואָלטן צוגעגעבן מער גראָטעקס־עלעמענטן, מער סצענישע שאַרפֿקייט, וואָלט עס טאַקע געווען אַזוי. למעשׂה, האָט זיך די לעצטע סצענע מיט שלמה המלכס טויט באַקומען אַ שוואַכלעכע.

אַזוי צי אַזוי, דאַרפֿן מיר באַגריסן אַזאַ פּיעסע פֿונעם „ייִדישפּיל‟ מיט מאָדערנע פּערסאָנאַזשן. דער טעאַרער נייטיקט זיך, ווי אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש, אינעם „פֿרישן בלוט‟, אין נײַע אידעען און סטילן. מע מוז זיך נישט פֿאַרלאָזן אויפֿן חוש פֿון די צוקוקער; אַדרבה, ס׳איז וויכטיק צו עקספּערימענטירן מיט אַזאַ אַ ביסל סתּירותדיקן, אָבער זיכער אַן אינטערעסאַנטן ספּעקטאַקל, ווי „סאָלאָמאָן גריפּ‟.