אַ נײַער ייִדישער קאַפֿע אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟

A New Jewish Cafe on the Lower East Side


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 21, 2014, issue of June 06, 2014.

אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟ אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַ גילגול פֿון אַן אַלטער און בכּבֿודיקער ייִדישער אינסטיטוציע: נאָך הונדערט יאָר פֿון זײַן בלויז אַ פֿאָרשפּײַז־געשעפֿט האָט די באַקאַנטע קראָם Russ and Daughters (ראָס און טעכטער) געעפֿנט אַ רעסטאָראַן. דער „רוס און טעכטערס קאַפֿע‟ געפֿינט זיך אויף אָרטשערד־גאַס (Orchard), צוויי קליינע געסלעך אַוועק פֿון האָוסטין־גאַס (Houston), וווּ פֿיר דורות פֿון דער משפּחה ראָס האָבן פֿאַרקויפֿט ייִדישע מאכלים אין דער באַקאַנטער קראָם, וואָס טראָגט זייער נאָמען.

„שוין הונדערט יאָר ווי מיר פֿאַרקויפֿן ייִדישע מאכלים אָן קיין פּלאַץ זיי צו עסן אויפֿן אָרט. האָבן מיר געפֿילט, אַז פֿאַר די קונים איז דאָס וויכטיק‟, האָט דערקלערט ניקי ראָס־פֿעדערמאַן, איינע פֿון די בעלי־הבתּים פֿון „ראָס און טעכטער‟, בעת אַ שמועס אינעם שפּאָגל־נײַעם קאַפֿע, גלײַך אונטער אַ בילד פֿון איר עלטער־זיידע יואל, וואָס האָט אָנגעהויבן דאָס געשעפֿט אין 1914. „די מאכלים בעטן זיך, מע זאָל זיי עסן אין אַזאַ לאָקאַל,‟ האָט ראָס־פֿעדערמאַן ווײַטער געזאָגט. „עס געפֿעלט מיר דאָס געמיש פֿון אַלטע טעמים מיט דער נײַער סבֿיבֿה, פֿון אונדזערע טראַדיציעס מיטן הײַנט. מיר האָבן געפֿילט, אַז ס׳איז שוין געווען כּדאַי, אויף דער שוועל פֿון אונדזער צווייטן יאָרהונדערט, צו פֿאַרגרעסערן דאָס געשעפֿט און מאַכן אַ רעסטאָראַן‟.

כאָטש דער רעסטאָראַן איז גאַנץ נײַ, ריין און ציכטיק וואָלט מען געקענט מיינען אויפֿן ערשטן בליק, אַז מע איז על־פּי־נס צוריקגעפֿאָרן אין די 1930ער יאָרן. איבער דער הינטערשטער טיר הענגט אַן אַלטמאָדישער נעאָן־שילד, אַ האַנטווערק דורך די מײַסטערס פֿון דער כּמעט־פֿאַרגעסענער מלאָכה. אויף די ווענט הענגען פּאָליצעס מיט גלעזערנע סלויען אָנגעפֿילט מיט זויערע אוגערקעס, „פּוילישע שוועמלעך‟, און פֿאַרשידענע קליינע פֿיש, ווי אויך אַלטע שאַכטלעך מצה.

דער רעסטאָראַן באַשטייט פֿון צוויי טיילן: אַ ריזיקער עס־בופֿעט מיט אַ טאָמבאַנק, געמאַכט פֿון מירמלשטיין, און הינטערן טאָמבאַנק - אַ סעריע „בודקעס‟ מיט טישן.

די אָפֿענע קיך געפֿינט זיך גלײַך פֿאַרן עס־צימער און מע קען גרינג אַרײַנקוקן און זען ווי די קעכערס גרייטן צו דאָס עסן. אויף דער סטעליע הענגען גאָר אַלט־מאָדישע ווענטילאַטאָרן. „מיר האָבן געוואָלט, אַז דער קאַפֿע זאָל האָבן אַ קלאַסישן אויסזען, וואָס שטימט מיט אונדזער געשיכטע‟, האָט ראָס־פֿעדערמאַן דערקלערט. „אין דער זעלביקער צײַט ווילן מיר, אַז עס זאָל זיך דאָ פֿילן פֿריש און נײַ, ווי אַ הײַנטצײַטיק אָרט‟.