(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ער זעט אין די נישט-ישׂראלדיקע און איבערהויפּט שוואַרצע קוישבאָל־שפּילער פֿון „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ — „פֿרעמדע אַרבעטער‟, נישט-ייִדן, וואָס אַרבעטן בײַ „שוואַרצער אַרבעט‟. עס פֿילט זיך אין זײַנע ווערטער אַ האַרבער גערוך פֿון קסענאָפֿאָביע און טאָטאַלער אומפֿאַרשטענדעניש. דער „גרויסער ליבעראַל‟ האָט געוואָלט אויפֿווײַזן, וואָס פֿאַר אַ גרויסער ליבעראַל ער איז, און אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך דעם פֿאַרבאָרגענעם אמת: ער איז דאָך אַ קליינער שמאָל-קעפּיקער זשורנאַליסט.
צי עס פֿאַלט עמעצן אײַן צו רופֿן ליאָ מעסי „אַ פֿרעמדער אַרבעטער‟? די קוישבאָל־שפּילער פֿון „מכּבי‟ זענען טאַלאַנטפֿולע ספּאָרטלער וואָס, ווי עס איז די טבֿע אין דער ספּאָרט־וועלט, בײַט מען זיי פֿון צײַט צו צײַט די מאַנשאַפֿטן און לענדער; זיי פֿאַרדינען מיט זייער טאַלאַנט אַ שיינע סומע געלט. אַזוי איז דער כאַראַקטער פֿון דעם פּראָפֿעסיאָנעלן ספּאָרט שוין אַ היפּש ביסל יאָרן.
שוין, ס׳איז אַוועק די צײַטן, ווען די „אַמאַטאָרן‟, זייערע הערצער, פֿול מיט ליבשאַפֿט פֿאַרן היימלאַנד, האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ספּאָרט. אין די קאָמוניסטישע לענדער האָבן זיי געמוזט האָרעווען אַ גאַנץ לעבן אין דער שרעקלעכער פֿאַבריק פֿאַר מעדאַלן. עס איז אַ שאָד, אַז אַזאַ פֿאַלשע, פּרימיטיווע לעגענדע קאָן פֿאַרבלענדן אויך הײַנט.
דער דאָזיקער „האָרץ‟־קאָלומניסט איז אָבער נישט דער איינציקער; הלוואַי וואָלט עס אַזוי געווען. אַן אַנדער שרײַבער שעמט זיך אויך נישט צו שרײַבן, אַז „איך בין אַן אָנהענגער פֿון ׳הפּועל ירושלים׳, און אויב אונדזער טרענירער וועט האָב די העזה אַרויסצושטעלן די מאַנשאַפֿט אָן ישׂראלדיקע שפּילער, וועל איך באַלד פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. איך קום נישט אין „מאַלכאַ‟ [דער קוישבאַל-זאַל פֿון „הפּועל ירושלים‟ — ע. ק.] שוין דרײַסיק יאָר, ווײַל איך וויל נישט זען די פֿינף פֿרעמדע, אַ באַנדע אָנגעשטעלטע אויפֿן פּאַרקעט‟.
עס איז צו שטוינען אײַנצוזען, וואָס פֿאַר אַ גיפֿט עס גיסט זיך פֿון די פֿעדער. לאָזט זיך אויס, אַז די אַזוי גערופֿענע „ליבעראַלן‟ און „הומאַניסטן‟ זענען צומאָל גאָרנישט ליבעראַל און נאָך ווייניקער הומאַניסטיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.