די גדולה איז גרויס: „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟, די וויכטיקע און כּמעט די איינציקע בכּבֿודיקע פֿאָרשטייערין פֿון דער ישׂראלדיקער ספּאָרט־וועלט, האָט געוווּנען דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרמעסט אין קוישבאָל.
שוין יאָרן, אַז איך קוק נישט אויף טעלעוויזיע ווי „מכּבי‟ שפּילט; די אַמאָליקע הייסע געפֿילן זענען אָפּגעקילט געוואָרן, אָבער הײַיאָר האָב איך דאָך זיך מטריח געווען און געקוקט ווי אונדזער קוישבאָל־מאַנשאַפֿט שפּילט אין דעם לעצטן שטאַפּל פֿון דעם פֿאַרמעסט — איין מאַטש קעגן מאָסקווער „צע־עס־קאַ‟ און דעם פֿינאַל — קעגן דער הויך-טאַלאַנטירטער מאַנשאַפֿט פֿון שפּאַניע — „ריאַל מאַדריד‟.
ביידע מאַטשן זענען געווען אויסערגעוויינטלעך: די שפּאַנונג, דער גײַסט פֿון דער מאַנשאַפֿט, די שטרעבונג, די אָנשטרענגונג — אַלץ אין איינעם האָט געמאַכט פֿון דעם איצטיקן „פֿײַנל-פֿאָר‟ אַ ספּאָרט־געשיכטע. ווי עס טרעפֿט זיך אָבער שטענדיק אין ישׂראל, האָבן זיך אָפּגעזוכט מענטשן, וואָס זענען נישט געווען מסוגל צו אַפּלאָדירן, און אויפֿנעמען די שיינקייט פֿון דער דערגרייכונג; זיי האָבן געמוזט אַרײַנגיסן אַ ביטערן טראָפּ, אָדער בעסער געזאָגט: שפּײַען מיט גאַל.
די דערשײַנונג אַליין איז גאָרנישט אינטערעסאַנט אָדער אוניקאַל: אַ מענטש מעג נישט פֿאַרגינען אָדער פֿײַנט האָבן „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟ וויפֿל נאָר עס גלוסט זיך אים. וואָס איז יאָ אינטערעסאַנט אין די נישט־פֿאַרגינערישע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך אין דער פּרעסע — די טענות קעגן „מכּבי‟, די אַרגומענטן, וואָס ווערן גענוצט, די בייזע שפּילקעס אַ שטאָך צו טאָן און „אַראָפּרײַסן די מאַסקע‟.
די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „מכּבי‟, נאָך דעם נאָמען פֿון יהודה המכּבי, איז געגרינדעט געוואָרן לויט מאַקס נאָרדאַוס וויזיע פֿון „דעם מוסקלען-ייִדנטום‟. דער סימבאָל פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז אַ מגן-דוד (מיר וועלן זען שפּעטער ווי דער סימבאָל ווערט גענוצט).
די קוישבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון „מכּבי תּל-אָבֿיבֿ‟, זײַענדיק די איינציקע ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט וואָס האָט דערגרייכט די העכסטע שטאַפּלען אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע, איז געוואָרן אַ מין רעפּרעזענטאַנט פֿון מדינת-ישׂראל; אי אַ סך ישׂראלים זענען אָנהענגער פֿון דער מאַנשאַפֿט, אי „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟ אַליין זעט זיך ווי אַ רעפּרעזענטאַנט פֿון דער ייִדישער מדינה. די ישׂראל־פֿאָנען, אין וועלכע די „מכּבי‟־קוישבאָל־שפּילער האָבן זיך אײַנגעוויקלט גלײַך נאָר דעם נצחון איבער „ריאַל מאַדריד‟, זאָגן עדות דערויף.
דער כאַראַקטער, וואָס ווערט צוגעטשעפּעט צו „מכּבי‟, אָדער איר אייגענער כאַראַקטער, רופֿן אַרויס נעגאַטיווע געפֿילן בײַ געוויסע מענטשן. ווער זענען אָט די מענטשן? (אַוודאי, נישט אַלע!) לאָמיר אַרײַנקוקן אין אַן אַרטיקעלע פֿון „האָרץ‟, אָנגעשריבן פֿון אַ באַקאַנטן קאָלומניסטן: „דער פֿלי פֿון מילאַן האָט געלאַנדט מיטן בעכער און די פֿרעמדע אַרבעטער, וואָס האָבן אים דעראָבערט‟. דער זשורנאַליסט, אַ טעלעוויזיע־קריטיקער, וואָס איז „ציוניסטיש געשטימט‟ (מיט גענדזן-פֿיסלעך) און איז הומאַניסטיש און ליבעראַל (אָן גענדזן-פֿיסלעך) רײַסט פֿון זיך אַראָפּ די מאַסקע אומבאַוווּסטזיניק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.