(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קאָנצערט, וווּ ס׳האָבן געזונגען סטודענטן פֿון אַ שול, ס׳רובֿ פֿון זיי סעקולערע קינדער, און די לידער זענען געווען נישט ווייניק פּוסט אינעם אינהאַלט. איינער האָט געזונגען וועגן עסן, אַ צווייטער וועגן שלאָפֿן, אַ דריטער וועגן געלט. מיט אַ מאָל האָט זיך אַוועקגעשטעלט אַ קריסטלעך מיידל, דאָס קול האָט בײַ איר געציטערט ווי אַ בלעטל, און זי האָט גענומען זינגען „הללויה‟. אינעם אינהאַלט פֿון איר ליד האָט זי געבעטן, פֿאַרשטייט זיך, אַ גאולה פֿאַר דער מענטשהייט, און מיר דאַכט, אַז אַפֿילו אַ האַרץ פֿון שטיין האָט געקענט זיך צעגיין פֿון איר אָפֿנהאַרציקייט. ווען זי איז אַראָפּ פֿון דער בינע, האָט די לערערין אירע זי אַרומגעכאַפּט און געקושט. ס׳האָבן אַלע מסתּמא געפֿילט, אַז דאָס מיידעלע פֿאַרדינט עס.
נאָר וואָס טויג מיר איצט זינגען אַ שיר־השירים פֿאַר די אַמעריקאַנער קריסטן? איך וויל נאָר אונטערשטרײַכן, אַז צו פֿײַנט האָבן די קריסטן אין אַמעריקע צוליב אַלטע זינד, וואָס די קירך איז באַגאַנגען אין אייראָפּע קעגן אונדזערע אָבֿות, האָט גאָר קיין זין נישט. ס׳קלעפּט זיך עפּעס אַזוי שווער, אַז איך קען גאָרנישט געפֿינען די לאָגיק דערין. צו טרײַבן שפּאַס פֿון אַ גרופּע יונגע מיסיאָנערן אין מאַנהעטן, וואָס פֿאַרשטייען קוים ענגליש, זעט מיר אויס ווי אַ ביטערער וויץ.
דער מחבר, דזשאָרדין, דערציילט, אַז ער האָט גענומען מיט זיי רעדן איבער „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟ און האָט זיי פֿאָרגעוואָרפֿן, טאַקע נאָר אויף קאַטאָוועס, פֿאַר וואָס זיי נוצן אַזאַ נאָמען, וואָס רופֿט בײַ אים אַרויס שלעכטע דערמאָנונגען. דזשאָרדין וואָלט געדאַרפֿט וויסן, אַז צו רעדן וועגן „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟ מיט אַ קריסט, אין שײַכות מיט רעליגיעזע אָנגעלעגנהייטן, קען, מעגלעך, זײַן אַ מער דירעקטע באַליידיקונג, ווי אויפֿברענגען דעם נאָמען „קרייצצוג‟ בײַם רעדן מיט אַ ייִד. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס אַליין איז אפֿשר נישט „פּאָליטיש קאָרעקט‟…
אַז מע וויל באַטראַכטן די אינערלעכע אַמעריקאַנער נשמה על־פּי טראַדיציע, איז דאָך אַ מאָל קיין ספֿק נישט, אַז מיר וועלן אָנקומען צו אַ טראַדיציע, וואָס איז דורכגעווייקט מיט קריסטלעכע סענטימענטן, און איז אויף דורך און דורך אינספּירירט פֿון יענע טראַדיציעס. איז די פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן מיר זיך דערשלאָגן צו אַ צײַט, אין וועלכער קריסטנטום ווערט אַלץ מער פֿאַרווערט פֿון יעדן עפֿנטלעכן פּלאַץ? אַוודאי, נאָר דורך פּאָליטישער קאָרעקטקייט. דער קריסט איז דערפֿאַר טאַקע נישט מחויבֿ צו בייגן זיך פֿאַר דער נײַער פֿילאָסאָפֿיע; פֿאַרקערט גאָר, ער האָט אַלע רעכט צו שפּײַען אויף דעם, און ווען ער טוט דאָס נישט, וואָלט געווען אויף אים אַ קשיא. אָבער ווען מיר באַגעגענען קריסטן אויף דער גאַס און מיר ווילן זײַן „פּאָליטיש קאָרעקט‟, איז מסתּמא נישט קיין גוטער געדאַנק אַרויסצוברענגען דעם טערמין אויף די ליפּן.
זענען זיי טאַקע מיסיאָנערן, אָבער וואָס קען עס שאַטן פֿאַר דערוואַקסענע מענטשן, ייִדן אָדער גויים, זיך אָנצושטויסן מיט אַזעלכער חבֿרה ערגעץ וווּ אין דרויסן? האָט נישט דער קריסט קיין רעכט אַרויסצוגיין אויף דער גאַס און „מאַכן נפֿשות‟ פֿאַר זײַן אמונה? פֿאַר וואָס נישט? אויב בײַ אים איז באַשטימט, אַז גלייבן אין קריסטוס קען מיך אויסלייזן פֿון גיהנום, פֿאַר וואָס זאָל ער דעמאָלט נישט וועלן מיך איבערצײַגן צום שמד? איך אַליין דאַרף פֿאַרשטיין, וואָס מיר איז גוט און וואָס מיר איז נישט גוט, אָבער איך בין זייער דאַנקבאַר, ווען איך זע, אַז אַן אַנדערער מענטש טראַכט וועגן מיר. קומט אים דערפֿאַר פּעטש, וואָס ער איז מיר מציע אַ פּראָדוקט, וואָס שמעקט מיר נישט? העכסטנס קען מען זיך שיין באַדאַנקען און גיין ווײַטער.
ס׳איז אַ שאָד, האַלט איך, וואָס דער מחבר האָט אין דעם ענין זיך נישט באַטראַכט בשעת־מעשׂה, ווײַל דעמאָלט וואָלט אים די מיסיאָנערישע גרופּע אויסגעזען ווי די שענסטע האַרמאָניע צום גרויסן וועלטלעכן בילד, וואָס איז אויפֿגעקומען פֿאַר זײַנע אויגן איידער ער האָט זיי באַגעגנט. דער פֿרילינג, די יונגען און מוידן, וואָס דרייען זיך אויף די מאַנהעטענער גאַסן, די סוחרים, וואָס פֿאַרקויפֿן פּלאַסטישע שפּילעכלעך, די וועלט, וואָס לעבט און פֿרייט זיך מיט גאָטס יצירה — און טאַקע אַ גרופּע יונגע סטודענטן פֿון קאָרעע, אַלע אין בלויע קליידלעך, וואָס זענען געקומען ספּעציעל קיין ניו־יאָרק, כּדי מחזיר בתּשובֿה צו זײַן פֿאַרבלאָנדזשעטע נשמות. אַך! ווי שיין איז אַזאַ פֿרילינג!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.