אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך געשריבן וועגן דעם ערד-ציטערניש, וועלכן עס האָבן אַרויסגערופֿן די אַנומלטיקע אייראָפּעיִשע און לאָקאַלע וואַלן אין גרויס-בריטאַניע צוליב דעם דערפֿאָלג פֿון דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי, ענלעך צו דער אַמעריקאַנער „טי-פּאַרטי‟. אַ „ציטערניש‟ לעבט מען איבער אויך אין פֿראַנקרײַך, וווּ עס האָט אין די וואַלן אויף אַ סענסאַציאָנעלן אופֿן צונויפֿגעקליבן אַ סך שטימען דער נאַציאָנאַלער פֿראָנט, וועלכער זעט אויס אַפֿילו געפֿערלעכער פֿון דער בריטישער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי. דאָך, אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער שקאַלע, זײַנען דאָס בפֿירוש שטורעמס אין אַ גלאָז טיי.
אַנדערש איז עס מיט אוקראַיִנע, וווּ דעם 25סטן מײַ האָט מען אויסגעקליבן אַ נײַעם פּרעזידענט, אַנשטאָט דעם אַנטלאָפֿענעם וויקטאָר יאַקונאָוויטשן, וועלכער באַווײַזט זיך פֿון צײַט צו צײַט ערגעץ אין רוסלאַנד און רעדט עפּעס נאַרישקייטן, וואָס אינטערעסירן שוין קיינעם ניט. איצט, אָבער, האָט דאָס לאַנד אַ נײַעם פֿירער, וואָס הייסט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ.
מע קען ניט זאָגן, אַז דער 48־יאָריקער פּאָראָשענקאָ איז אַ פּנים-חדשות, בפֿרט פֿאַר די אוקראַיִנער. ער האָט שוין פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע שטעלעס אין דער רעגירונג, געווען דער אויסערן-מיניסטער און דער מיניסטער פֿון עקאָנאָמיע. דערצו איז ער איינער פֿון די רײַכסטע אוקראַיִנער; מע שאַצט אָפּ, אַז ער, אַ באַלעבאָס פֿון אַ נעץ זיסוואַרג-פֿאַבריקן און אַנדערע געשעפֿטן, האָט אַ פּאָר ביליאָן דאָלאַר.
ס‘איז וויכטיק, אַז ער איז דער ערשטער פּרעזידענט, וואָס האָט באַקומען די גרעסטע צאָל שטימען אין אַלע געגנטן פֿון אוקראַיִנע. דאָס איז באַזונדערס וויכטיק פֿאַרן לאַנד, וואָס מע האַלט עס פֿאַר אַ שיִער ניט קיין צופֿעליק צונויפֿגעשטוקעוועטער מדינה, וווּ די מיזרח-אוקראַיִנער קענען ניט פֿאַרטראָגן די מערבֿ-אוקראַיִנער. אין דער אמתן, הייסט עס לחלוטין ניט, אַז צווישן די תּושבֿים פֿון פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון אוקראַיִנע האָט זיך פּלוצעם צעברענט אַ הייסע ליבע. דאָס הייסט, אין אַ היפּשער מאָס, אַז די אָפֿענע אַגרעסיע מצד רוסלאַנד האָט אין אַ געפּרעסטער צײַט קאָנסאָלידירט דאָס צעברעקלטע פֿאָלק. עפּעס אַ חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט זיך סײַ-ווי-סײַ ניט באַטייליקט אין דער קאָנסאָלידאַציע, אָבער אַזעלכע לײַט שאַפֿן אַ מינאָריטעט.
די וואַלן טראָגן אין זיך אויך אַ ייִדישע מעשׂה, אָבער פּינקטלעכער, עטלעכע ייִדישע מעשׂיות. קודם-כּל, רעדט מען וועגן עפּעס אַ ייִדישקייט פֿון פּאָראָשענקאָ. מע טענהט, אַז זײַן פֿאָטער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה, אָבער שפּעטער האָט ער געביטן זײַן ייִדישן פֿאַמיליע-נאָמען אויף דעם אוקראַיִנישן נאָמען פֿון זײַן ווײַב, דעם פּרעזידענטס מוטער. שווער צו זאָגן, אויף וויפֿל איז די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע פֿאַרלאָזלעך. אָבער ס׳איז וויכטיק, אַז זי האָט ברייט צירקולירט, און אַז דאָס האָט ניט געשטערט כּמעט 10 מיליאָן אוקראַיִנער צו שטימען פֿאַר אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.