מיט צוויי וואָכן צוריק איז אין דער ייִדישער „בלאָגאָספֿערע‟ אויסגעבראָכן אַ נײַער סקאַנדאַל. אַ צאָל בלאָגער האָבן באַמערקט, אַז הרבֿ ניסן קאַפּלאַן, אַ מגיד־שיעור אינעם ענגלישן אָפּטייל פֿון דער מירער ישיבֿה אין ירושלים, איז נישט לאַנג צוריק אויפֿגעטראָטן מיט אַ דרשה אויף ענגליש און געזאָגט, אַז די רעגירונג־פֿירער אין ארץ־ישׂראל, וואָס „רודפֿן‟ די ישיבֿה־בחורים, פֿאַרדינען דערהרגעט צו ווערן מיט אַ שווערד.
קאַפּלאַן האָט דערציילט, אַז זײַן פֿינף־יאָריקער זון האָט געטענהט, אַז קיין שווערד האָט ער נישט. אפֿשר וואָלט ער עס געקאָנט טאָן מיט אַ האַמער? דער טאַטע האָט זיך דערפֿרייעט און געגעבן דעם ייִנגל אַ קוש. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז ער האָט פֿריִער געהערט אַזעלכע דעות פֿון הרבֿ אַריה־לייב שטיינמאַן, איינער פֿון די וויכטיקסטע הײַנטיקע ליטוויש־מתנגדישע „גדולי־הדור‟.
עטלעכע אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן האָבן אָנגערופֿן קאַפּלאַנען „אַ מערדער‟ און פֿאַרגליכן אים מיט די טעראָריסטן. נאָכן סקאַנדאַל, האָט דער רבֿ זיך אַנטשולדיקט און דערקלערט, אַז זײַנע שאַרפֿע ווערטער זענען געווען בלויז אַן אומגעלומפּערטער שפּאַס. די קאָנטראָווערסאַלע אוידיאָ־לעקציע האָט מען אויסגעמעקט פֿון זײַן וועבזײַט.
אין די הײַנטיקע ריזיקע פֿרומע פּראָטעסטן קעגן דעם פּריזיוו באַטייליקט זיך הונדערטער טויזנט מענטשן. ממילא, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז די אַקטיווסטע עלעמענטן בעת אַזאַ ריזיקן פּראָטעסט הייבן אויך אָן שעלטן מיט טויט־קללות. דאָס קאָן זײַן נאַריש, אומבאַרויִקנדיק און אַפֿילו סכּנותדיק, נאָר קיין גרויסער חידוש איז עס נישט.
האָב איך געפֿונען קאַפּלאַנס אוידיאָ־אויפֿטריט אויף דער אינטערנעץ און זיך צוגעהערט. דער רבֿ רעדט וועגן דער פּרשת־זכור און וועגן דער מיצווה פֿון מחית־עמלק. דער עולם לאַכט און עס קלינגט טאַקע ווי אַן אומגעלומפּערטע פּורים־שפּיל. דער בעל־דרשן קלינגט נישט ווי אַ צעהיצטער „מײַדאַן‟־קעמפֿער, נאָר גיכער טאַקע, ווי אַ לץ.
שטיינמאַן, דער באַקאַנטער חרדישער מנהיג אין בני־ברק, וועלכער ווערט אין די ליטוויש־ישיבֿישע קרײַזן אָפֿט באַטראַכט ווי דער גרעסטער הײַנטיקער „גדול‟, האָט שוין נישט איין מאָל געזאָגט, אַז דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לפּיד, איז „ממש עמלק‟, ווײַל ער וויל שנײַדן די מלוכישע סובסידיעס פֿאַר ישיבֿות און דערצו אַרײַנצווינגען די תּלמידים צו דינען אין צה״ל. מער ווי צוויי טויזנט אויסלענדישע ישיבֿה־בחורים, על־פּי־רובֿ אַמעריקאַנער, לערנען זיך הײַנט אינעם ענגלישן צווײַגן פֿון דער ירושלימער מירער ישיבֿה — אין אַ גרויסער מאָס געשטיצט פֿון דער רעגירונג. עס באַקומט זיך, אַז דער בעל־דרשן, וועלכער דינט דאָרטן ווי איינער פֿון די הויפּט־מנהיגים, האָט געסטראַשעט „אַרויסצוגיין מיט אַ שווערד‟ קעגן די שטיצער פֿון זײַן אייגענעם מוסד. פֿאַרוואָס זאָלן די שטיצער אָבער זײַן צופֿרידן, אויב די געשטיצטע רבנים באַטראַכטן זיי ווי „עמלק‟?
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט שטיינמאַן געזאָגט, אַז „עס זענען פֿאַראַן אַכט מיליאַרד מענטשן אין דער וועלט, וואָס זיי זענען אַלע רוצחים, גנבֿים און טיפּשים‟. די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע האָט אים דעמאָלט באַשולדיקט אין פּאַרשפּרייטן שׂינאה. צו די אַראַבער באַציט ער זיך מיט אַ באַזונדערן קסענאָפֿאָבישן פּחד. שטיינמאַן האַלט, אַז די וועלטלעכע און נישט גענוג פֿרומע ייִדן מוזן דווקא יאָ דינען אין צה״ל, כּדי צו באַשיצן די ייִדן פֿון „מיליאָנען מיט מיליאָנען אַראַבער‟, וואָס קלײַבן זיך, כּלומרשט, אַרײַנצורײַסן אין ירושלים און אָנהייבן די אַפּאָקאַליפּטישע מלחמה פֿון גוג ומגוג.
די בני־ישיבֿות טאָרן אָבער נישט דינען אין דער אַרמיי, לויט שטיינמאַנס שיטה, ווײַל די גאַנצע וועלט עקזיסטירט צוליב זיי און מוז זיי באַדינען. דערצו, איז די אַרמיי ממש אַ „שמד‟, ווײַל דאָרטן הערשט די „געפֿערלעכע‟ השפּעה פֿון דער וועלטלעכער קולטור.
מילא, שטיינמאַן איז אַ 99־יאָריקער זקן. לויט אַנדערע קוואַלן, איז ער שוין 101 יאָר אַלט. אַ מענטש אין אַזאַ בכּבֿודיקן עלטער מעג זײַן נישט אַלעמאָל בײַ זיך. זײַענדיק אַ גרויסער „גדול‟, און לעבנדיק אין די גאָר הויכע פֿענצטער פֿון דער פֿרומער וועלט, איז בכלל שווער אויסצוגעפֿינען גענוי, וואָס ער האַלט באמת און אַפֿילו ווי אַלט ער איז.
קאַפּלאַן, גלײַך אינטימן פֿון זײַן דרשה וועגן די „שווערדן‟, ווײַזט אַרויס אויך אַ היפּשן פֿאַראַכט לגבי גויים און „גוייִשקייט‟. ער ציטירט די ווערטער פֿון עפּעס אַ טאַקסי־שאָפֿער, אַז „די אַראַבער לערנען זייערע קינדער צו ווערן זעלבסטמערדער‟, און דרייט אויס די חנוכּה־מעשׂה אויף אַ גאַנץ אויסטערלישן עקסטרעמען אופֿן. באַטאָנענדיק, אַז ס׳איז געווען אַ מיצווה צו הרגענען די יוונים (גריכן), הגם זיי האָבן „בלויז געוואָלט, אַז די ייִדן זאָלן שפּילן אַ ביסל ספּאָרט מוצאי־שבת אָדער נאָכן סדר‟.
נאָך דער מהומה אין שײַכות מיט זײַן דרשה, איז קאַפּלאַן אויפֿגעטראָטן מיט אַ בפֿירוש ציוניסטישער לויב־רעדע, און באַדאַנקט די ישׂראלדיקע מלוכה „מיט אירע סאָלדאַטן און פּאָליציאַנטן‟, וואָס „גייען גלײַך אין גן־עדן אַרײַן‟ פֿאַר זייער „מוסר־נפֿש זײַן צו ראַטעווען די ייִדן‟. אין דער דאָזיקער אַפּאָלאָגעטישער רעדע, האָט ער ווידער דערקלערט די דערמאָנטע שיטה, אַז די גאַנצע וועלט שטייט אַ דאַנק די בני־ישיבֿות און מוז זיי דערפֿאַר באַזאָרגן. עס באַקומט זיך, אַז די „פֿאַרשאָלטענע עמלקים‟ ווערן פּלוצעם צדיקים, אויב זיי צאָלן אויס די פֿרומע תּורה־לערנער גענוג גרויסע „אינדולגענציעס‟ און דינען אַנשטאָט זיי אין דער אַרמיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.