די אָקופּירטע שטאָט אָדעס

The Occupied City of Odessa

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿעװר שילדערט די רומענישע שטאָט אָדעס װי אַ מין גן־עדן אין מיטן גיהנום. די שטאָט איז לעבעדיק, אומעטום קראָמען, האָטעלן, רעסטאָראַנען, טעאַטערס. די רומענישע בעלי־ביתּים זײַנען פֿרײַנדלעך און העפֿלעך. עס זעט אויס פֿון די באַשרײַבונגען, אַז אָדעס האָט ניט געלעבט אַזױ גוט ניט פֿאַר, און ניט נאָך דער מלחמה. פֿעװר האָט געשריבן זײַנע רעפּאָרטאַזשן פֿון אָדעס האַרבסט 1943, אָבער די פּובליקאַציע איז אָפּגעשטעלט געוואָרן דורך דער דײַטשישער צענזור, און ער האָט פֿאַרלױרן זײַן שטעלע. די סיבה דערפֿון איז ניט קלאָר, מין הסתּם, האָבן זײַנע שבֿחים פֿון די רומענער ניט געװען צום האַרצן זײַנע דײַטשישע בעלי־ביתּים.

אַ סך גרעסער און װאָגיקער איז דער מעמואַר פֿון מיכאַיִל מאַנוּילאָװ, וואָס ער האָט אָנגעשריבן פֿאַר דער „פּראָגראַם פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד‟ פֿונעם רוסישן אינסטיטוט בײַם קאָלומביע־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק, אין די 1950ער יאָרן. דער מחבר האָט געהערט צו דער אַלטער רוסישער אינטעליגענץ, װאָס האָט פֿײַנט געהאַט די סאָװעטישע מאַכט, אָבער געמוזט זיך צופּאַסן צו דעם רעזשים. די רומענישע אָקופּאַציע האָט אױפֿגעװעקט בײַ אים נײַע האָפֿענונגען אױף דעם „אױפֿלעבן‟ רוסלאַנד.

מאַנוּילאָװ האָט בדעה געהאַט צו שילדערן אַ פּרטימדיק בילד פֿון אַלע אַספּעקטן פֿונעם אָדעסער לעבן. ער האָט אָנגעהױבן פֿון דער עװאַקואַציע פֿון דער רױטער אַרמײ און פֿאַרענדיקט מיט די לעצטע אָקופּאַציע־טעג, װען ער און זײַן משפּחה זײַנען אַנטלאָפֿן צוזאַמען מיט די רומענישע און דײַטשישע חיילות. אָבער ער האָט ניט באַװיזן מקײם צו זײַן דעם גאַנצן פּלאַן זײַנעם, װאָס האָט, צװישן אַנדערע טעמעס, פֿאַרמאָגט אױך אַ באַזונדערן קאַפּיטל װעגן ייִדן. אין אונטערשיד צו פֿעװרן, האָט מאַנוּילאָװ פֿײַנט געהאַט די דײַטשן און די נאַציסטישער אידעאָלאָגיע. דערפֿאַר האָט ער זיך באַצױגן צו ייִדן מיט אַ געװיסער סימפּאַטיע, הגם קײן סך ידיעות זײַנען אין דעם פֿאַראַנענעם טעקסט ניטאָ, װײַל דאָס קאַפּיטל װעגן ייִדן האָט ער ניט אָנגעשריבן.

װי עס באַמערקט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד, האָט מאַנוּילאָװס באַציִונג צו דער אָקופּאַציע אָפּגעשפּיגלט די שטימונג פֿון אַ היפּשער צאָל אַנטיסאָװעטיש־געשטימטע „אינערלעכע עמיגראַנטן‟ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט געלױבט די רומענישע מאַכט פֿאַר דערלױבן פּריװאַטע אונטערנעמונגען און פֿאַרן עפֿענען רוסישע שולן און אוניװערסיטעטן. אין אונטערשיד צו די דײַטשן, האָבן זיך די רומענער ניט גענײטיקט אין די רעסורסן פֿון טראַנסניסטריע און ניט קאָנפֿיסקירט עסנװאַרג בײַ די פּױערים. חוץ דעם, האָבן זײ ליב געהאַט אַ שיין לעבן מיט רעסטאָראַנען און טעאַטערס; און דורך כאַבאַר האָט מען געקאָנט בײַ זײ באַקומען כּמעט אַלץ. אַזױ אַרום האָט די אָרטיקע באַפֿעלקערונג באמת געלעבט „װי גאָט אין אָדעס‟. קײן שטאַרקער װידערשטאַנד קעגן דער אָקופּאַציע איז אין אָדעס ניט געװען ביז די סאַמע לעצטע טעג, און דער גורל פֿון ייִדן, װאָס זײַנען אַכזריותדיק אומגעבראַכט געװאָרן שוין אינעם ערשטן יאָר פֿון דער אָקופּאַציע, איז קײנעם ניט אָנגעגאַנגען.