דער ניט־גוטער האָט זיך געפֿילט װי באַמאַכט. שױן דאָס צװײטע מאָל זינט די װעלט שטײט האָט אים דער אײבערשטער צו נישט געמאַכט, געמאַכט פֿון אים אַש און פּאָרעך! געװאַלד געשריִען!
דאָס ערשטע מאָל איז דאָס געשען אין גיכן נאָך דער ערשטער בריאת־העולם, און טאַקע מיט דער װילדער נקבֿה לילית, אַ לעבן אױף איר, אָדער ריכטיקער געזאָגט, אַלע משוגעים צו לאַנגע יאָרן. װאָס האָט זי, נעבעך, שלעכטס געטאָן? געטאַנצט אױף די מענער פֿון אױבן?… איז װאָס? דעם אײבערשטן איז דאָס ניט געפֿעלן געװאָרן. דאָס איז אומנאַטירלעך, האָט ער געטענהט. זיכער, אַז אומנאַטירלעך, װײַל דער אײבערשטער האָט געטראַכט װעגן די מיצװת, און איך, דער ניט־גוטער, האָב געטראַכט װעגן הנאה האָבן. ס’איז דען שלעכט?… װאָס, קײן אַנדערע דאגות זײַנען שױן ניט געבליבן אױף דער װעלט? נײן, האָט זיך פֿאַרעקשנט דער אײביקער, אַלץ דאַרף גײן לױט די הלכות, אַלץ מוז אױסזען נאַטירלעך! באַסטאַ! און צום סוף, האָט ער אַ תּל געמאַכט פֿון אַזאַ שײנער נקבֿה, און אַנשטאָט איר באַשאַפֿן אַ מאַן. װײס איך װאָס… אַ טפֿו! ניטאָ אױף װאָס צו קוקן. מילא, ניט מיך האָט ער דאָך פֿאַרניכטעט, און יענעמס טױט קען איך דערװײַל איבערלעבן. און בכלל, װען איז דאָס געשען? אַ שאָק מיט יאָרן איז שױן פֿאַרבײַ. אָבער איצט, בײַם אױסקלײַבן דאָס אױסגעװײלטע פֿאָלק… אױ־װײ… אַ צרה אױף מײַן קאָפּ! (און דאָס איז דער סוף פֿונעם פּראָלאָג און דער אָנהײב פֿונעם עיקר־טײל).
אָט, הערט אַ שטיקל מעשׂה מיטן אױסקלײַבן אַן אױסגעװײלט פֿאָלק. געשען איז דאָס בערך מיט צװײ טױזנט יאָר פֿאַר דעם, װי דער אײבערשטער האָט זיך גענומען צום באַשאַפֿן אָט די־אָ שײנע װעלט. מײַן טײַערע לילית מיט אַלע אירע משרתים האָט ער אומגעבראַכט, נאָר איך, דער ניט־גוטער, כ’האָב באַװיזן צוגנבֿענען אײן גענעטישע קרישטאָלענע צעל פֿון ליליתס װילדער נשמה, און, צװישן אונדז זאָל עס בלײַבן, באַהאַלטן זי אויף דער פֿאַכן־ליסטע גלײַך פֿון אָנהײבן, בײַם אות „אַ‟. איר װעט טאַקע לאַכן, נאָר די װילדע צעל האָט זיך צוגעקלעפּט צום װאָרט „אַדװאָקאַטשע‟. נו, װי געפֿעלט עס אײַך?… איך האָב בדעה געהאַט צו באַלױנען מיט דער לילית־צעל דװקא די אַקושערקעס, אַז זײ זאָלן ניט דערלאָזן, אַז משה רבינו זאָל קומען אױף דער װעלט, נאָר… מילא, פֿאַרפֿאַלן. אַך, זײַט מיר מוחל, כ’בין אַ ביסל אַראָפּ פֿון דער טעמע, אָבער איר דאַרפֿט מיך פֿאַרשטײן, אַז װען איך הײב נאָר אָן צו רעדן װעגן מײַן טײַערער לילית, װערט מיר… אױ־װײ…
בקיצור, די מעשׂה האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַכט טױזנט יאָר צוריק, אױף יענער היסטאָרישער זיצונג, װען דער אײבערשטער, גלײַך נאָכן באַשאַפֿן דעם כּיסא־הכּבֿוד און די תּורה, האָט צונױפֿגערופֿן די פּמליא־של־מעלה, כּדי זײ מבֿשׂר צו זײַן די גוטע בשׂורה, אַז אַלץ איז שױן גרײט צום בריאת־העולם. אַגבֿ, מיך האָט דער אײביקער ניט גערופֿן, נאָר איך בין דאָך ניט קײן פּריץ און ניט גראַף פּאָטאָצקיס זון, כ’בין געקומען אָן אַן אײַנלאַדונג און געזעסן אונטערן כּיסא־הכּבֿוד, בײַם לינקן פֿיסל. ס’איז טאַקע ניט אַזאַ פּרעזידענטסקע אָרט װי בײַם רעכטן פֿיסל, אָבער ס׳איז טאַקע בעסער װי טיף טײַער אין דר’ערד. גוט, עס הײבט זיך אָן די זיצונג, און דער אײבערשטער זאָגט די מלאכים די גאַנצע תּורה. און יענע, איך מײן די מלאכים, שװעבן אַרום דעם כּיסא־הכּבֿוד, זינגען מיזמור־געזאַנגען און פּליעסקען מיט די זײַדענע פֿליגלען. אַ טפֿו! געװאַלד! כ’האָב ניט געקענט דאָס אָנקוקן. װאָס איז דאָס? אַ פּאַרטײיִשע זיצונג אין סטאַליניסטישן ראַטן־פֿאַרבאַנד, צי װאָס?… כ’בין שיִער ניט צעפּיקעוועט געװאָרן פֿון כּעס. און דאָ קומט דער אײביקער אָן צום פּאַראַגראַף „אַן אױסגעװײלט פֿאָלק‟, און זאָגט: „שמע, ישׂראל, אַדושם אַלוקינו, אַדושם אחד!‟
אױ, װאַלעו, געװאַלד געשריִען! װאָס מיר ישׂראל, װער מיר ישׂראל?!. כ’האָב ניט אױסגעהאַלטן, אַרױסגעקראָכן פֿון אונטערן כּיסא־הכּבֿוד, זיך אַ בוכע געטאָן אױף די קני און מיט טרערן אין די אױגן געבעטן בײַם אײביקן: „גאָטעניו, טאַטע באַרעמהאַרציקער, כ’װעל טאָן אַלץ, װאָס דו װילסט, נאָר מעק אױס דאָס ׳פֿאָלק־ישׂראל׳ פֿונעם פּאַראַגראַף ׳דאָס אױסגעװײלטע פֿאָלק׳‟. „אײביקער, — האָב איך װײַטער געיאָמערט, — איך װײס, אַז איך בין אַ ניט־גוטער, אָבער דאָך… האָב רחמנות אױף מיר! איך פֿיל און איך װײס, אַז דאָס פֿאָלק־ישׂראל װעט מיך אומברענגען. און דאַן, װאָס װעסטו טאָן אָן מיר? עס װעט דיר זײַן סקוטשנע! גאָטעניו, איך בעט דיך… אָט, כ’האָב איבערגעלײענט אין עפּעס אַ ביכל, אַז ׳אַ װאָרט איז װי זילבער, און שװײַגן — איז גאָלד׳. װאָס טױגט אונדז גאָלד? בלאָטע שבבלאָטע… און אַ װאָרט… מיט אַ װאָרט װעסטו דאָך באַשאַפֿן די װעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.