(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווען איך האָב פֿרילינג 2007 אָנגעהויבן לייענען סטוטשקאָווס שריפֿטן, בין איך גלײַך פֿאַרליבט געוואָרן אין זײַן שפּראַך און הומאָר. די פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ראַדיאָ־סעריעס זײַנען געווען די ערשטע, וואָס איך האָב געלייענט, וואָס רעדן אַ נאָרמאַלן אַמעריקאַנער ייִדיש, אַרײַנמישנדיק אַ סך ענגלישע ווערטער און זאַצן. אונדזערע בעסערע שרײַבער און פֿײַנשמעקער האָבן דאָס גערופֿן „פּאָטייטע‟־ייִדיש און האָבן געשטרעבט צו שרײַבן אויף אַ הויכער, ליטעראַרישער שפּראַך — אָבער דערבײַ האָבן זיי אויך פֿאַלש איבערגעגעבן דאָס לשון פֿון זייערע כאַראַקטערן, אַרײַנגעלייגט זיי אין מויל אַזעלכע ווערטער, וואָס מע האָט זיי ניט געהערט אויף דער „איסט סײַד‟. סטוטשקאָוו האָט זיך ניט געשעמט מיטן אַמעריקאַנער ייִדיש; אַ מאָל האָט ער אַפֿילו גאַנצע זײַטן פֿון ענגלישן דיאַלאָג אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות!
אַ לענגערע צײַט האָב איך געטראַכט אָנצושרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן סטוטשקאָוו, ביז מײַן בעל־יועץ האָט מיר דאָס אַרויסגעשלאָגן פֿונעם קאָפּ. נאָר צום גליק, האָב איך געפֿונען אַ טעמע, וואָס עס לאָזט זיך אַרײַנשמוגלען אין איר אַ סך וועגן סטושטקאָוו, אַפֿילו, אַז ער שפּילט ניט די הויפּטראָלע. דערווײַל האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אויפֿגעפֿירט עטלעכע פּיעסעס סטוטשקאָווס ווי אַ טייל פֿון זייער „ייִדישער ראַדיאָ־שעה‟; מיט עטלעכע פֿרײַנד האָב איך רעקאָרדירט דרײַ פּיעסעס זײַנע און זיי אַרויפֿגעלייגט אויף „יוטיוב‟:
מרים־חיה סגל און איך האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ זאַמלונג פֿון סטוטשקאָווס „מאַמע־לשון‟־פּראָגראַמען, ווי אויך צוגעגעבן אַ היפּש ביסל נײַעם מאַטעריאַל, אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרײַנפֿיר, און אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון זײַנע שריפֿטן. דער דאָזיקער באַנד, וואָס איז איצט דערשינען ווי אַן אָפֿיציעלע „פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע און קאָסט בלויז 15$, קען מען שוין געפֿינען אויף „אַמאַזאָן‟.
//www.amazon.com/Mame-loshn-Yiddish-Edition-Nahum-Stutchkoff/dp/1496045548
קיין 2000 עקזעמפּלאַרן פֿון „מאַמע־לשון‟ וועלן מיר געוויס ניט פֿאַרקויפֿן; קודם־כּל, איז די ייִדישע לייענערשאַפֿט הײַנט מיט 3־4 מיליאָן ווייניקער ווי מיט 65 יאָר צוריק, ווען זײַן „אוצר‟ איז אַרויס. איך האָב געטראַכט צו פֿאַרקויפֿן דאָס בוך אין די ספֿרים־געשעפֿטן, אָבער פֿריִער וואָלט מען געדאַרפֿט סטוטשקאָווס בילד אויף דער הילע אָנטאָן אַ שטרײַמל (און ער האָט טאַקע געשטאַמט פֿון פּוילישע חסידים). אָבער עס וואָלט אויך ניט געשאַט, ווען אַ פּאָר לייענער רעצענזירן דאָס בוך, פֿאַר זשורנאַלן אָדער פּשוט פֿאַר „אַמאַזאָן‟.
עס וואָלט געווען אַ יושר אויך אַרויסצוגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון סטוטשקאָווס אַנדערע ראַדיאָ־סקריפּטן, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון 30 יאָר „אויף דער לופֿט‟. אַפֿילו זײַנע רעקלאַמעס פֿאַר שמירקעז און „מאַנישעוויץ‟־מצה האָבן אַ חן און אַ ליטעראַרישן פֿונק, וואָס מען זעט ניט מער הײַנט. אַן אַנדערש מאָל וועל איך שרײַבן וועגן סטוטשקאָווס מאַטעריאַלן פֿאַרן „גרויסן ווערטערבוך‟, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אינעם ייִוואָ־אַרכיוו — זיי וואָלט מען אויך געדאַרפֿט אַרויסגעבן אויף עפּעס אַן אופֿן. נאָר דערווײַל קען מען זיך טרייסטן מיטן פֿאַקט, אַז כאָטש איין קליינער חלק פֿון סטוטשקאָווס געוואַלדיקער שעפֿערישקייט איז געוואָרן צוטריטלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.