קאָנצערט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק

A Concert of American Yiddish Music

דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר, דיריגענט בנימין שעכטער (אין מיטן)
דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר, דיריגענט בנימין שעכטער (אין מיטן)

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 08, 2014, issue of July 04, 2014.

זונטיק, דעם ערשטן יוני איז פֿאָרגעקומען אַן אייגנאַרטיקער קאָנצערט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע לידער אונטערן נאָמען „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟, פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. די פּראָגראַם איז אײַנגעאָרדנט געוואָרן ווי אַ מוזיקאַלישע פֿײַערונג פֿון 360 יאָר ייִדיש לעבן אין אַמעריקע, און איז פֿאָרגעקומען אין „סימפֿאָני ספּייס‟ אונטער דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון בנימין שעכטער, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דעם כאָר זינט 1995. אַרום 700 מענטשן האָבן אָנגעפֿילט דעם טעאַטער־זאַל אויפֿן נאָמען פֿון פּיטער דזשיי שאַרפּ.

נאָך דעם וואָס די 45 מיטגלידער פֿונעם כאָר האָבן זיך אויסגעשטעלט אויף דער בינע שיין אויסגעפּוצט אין שוואַרצע אָנצוגן, האָט מען אָנגעהויבן זינגען דעם אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן הימען אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון בערל לאַפּין. נאָכן איראָניש זאָגן „שפּילט באָל‟, ווי עס פֿירט זיך בײַ בייסבאָל־שפּילן, האָט בנימין שעכטער דערקלערט אין זײַן אַרײַנפֿיר־רעדע, אַז דער קאָנצערט וועט באַשטיין פֿון פֿינף מינים לידער. די לידער־קאַטעגאָריעס זענען געווען: ייִדישע לידער, וואָס שילדערן אַמעריקע; ייִדישע לידער, וואָס ווערן געזונגען אויף אַן אַמעריקאַנער שטייגער; ייִדישע לידער, וואָס זענען געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אין דער ענגלישער איבערזעצונג; פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער, איבערגעמאַכט אויף ייִדיש, און ייִדישע לידער וועגן אימיגראַנטן.

אינעם ערשטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען געזונגען שלום־עליכמס באַליבט וויגליד, אין וועלכן די מאַמע דערציילט איר קינד וועגן זײַן פֿאָטער, וואָס געפֿינט זיך אין אַמעריקע, און טרייסט דאָס קינד, אַז דער טאַטע וועט באַלד שיקן זײַן פּאָרטרעט און צוואָנציק דאָלאַר. דערנאָך האָט מען געזונגען פֿיר גאַנץ פּעסימיסטישע לידער פֿונעם שפּעטן 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט וועגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. אין אליקום צונזערס ליד „די גאָלדענע לאַנד‟, למשל, הערט מען ווי אַן אימיגראַנט דערציילט, אַז אין דער קינדהייט האָט ער געהערט, אַז אַמעריקע איז געווען „אַ גאָלדן לאַנד‟, אָבער ווי אַ דערוואַקסענער האָט ער אויסגעפֿונען, אַז עס איז נאָר „אַ גאָלדן לאַנד‟ פֿאַר די רײַכע, ווײַל דער אָרעמער אַרבעטסמאַן:

לויפֿט, לויפֿט ביז וואַנען ער פֿאַלט,
קיין אַרבעטער ווערט דאָ ניט אַלט…
דעם גיט אַ מאַשינע אַ ריס,
דער בלײַבט פֿון אַרבעט אָן פֿיס,
דער ווערט בלינד, דער - אָן אַ האַנט,
און אַלץ - אין דער „גאָלדענער לאַנד‟.

נאָך דעם האָט מען געזונגען דאָס באַקאַנטע ראָמאַנטישע אַרבעטער־קלאָגליד „מײַן רוע־פּלאַץ‟ פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד אין אַ גאָר קאָמפּליצירטער אַראַנזשירונג פֿון מאַקס העלפֿמאַן, אין וועלכער מע האָט אַרײַנגעוועבט די קלאַנגען, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם ליד (דאָס שפּריצן פֿון פֿאָנטאַנען, דאָס קלינגען פֿון קייטן) צווישן די געזונגענע ווערטער. נאָך די צוויי לידער פֿונעם דיכטער דוד איידלשטאַדט איז די פּראָגראַם געוואָרן מער אָפּטימיסטיש מיט זישע ווײַנפּערס ליד „אַמעריקע‟, וואָס דערמאָנט אין פֿאַרשידענע באַקאַנטע אַמעריקאַנער פּערזענלעכקייטן:

וואַשינגטאָנען,
דזשעפֿערסאָנען,
און נאָך וועמען?
לינקאָלן און ראָזעוועלט - אויך ניט צו פֿאַרשעמען.
זײַנען דען יהואש, ראָזנפֿעלד ניט אַמעריקע?