זונטיק, דעם ערשטן יוני איז פֿאָרגעקומען אַן אייגנאַרטיקער קאָנצערט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע לידער אונטערן נאָמען „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟, פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. די פּראָגראַם איז אײַנגעאָרדנט געוואָרן ווי אַ מוזיקאַלישע פֿײַערונג פֿון 360 יאָר ייִדיש לעבן אין אַמעריקע, און איז פֿאָרגעקומען אין „סימפֿאָני ספּייס‟ אונטער דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון בנימין שעכטער, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דעם כאָר זינט 1995. אַרום 700 מענטשן האָבן אָנגעפֿילט דעם טעאַטער־זאַל אויפֿן נאָמען פֿון פּיטער דזשיי שאַרפּ.
נאָך דעם וואָס די 45 מיטגלידער פֿונעם כאָר האָבן זיך אויסגעשטעלט אויף דער בינע שיין אויסגעפּוצט אין שוואַרצע אָנצוגן, האָט מען אָנגעהויבן זינגען דעם אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן הימען אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון בערל לאַפּין. נאָכן איראָניש זאָגן „שפּילט באָל‟, ווי עס פֿירט זיך בײַ בייסבאָל־שפּילן, האָט בנימין שעכטער דערקלערט אין זײַן אַרײַנפֿיר־רעדע, אַז דער קאָנצערט וועט באַשטיין פֿון פֿינף מינים לידער. די לידער־קאַטעגאָריעס זענען געווען: ייִדישע לידער, וואָס שילדערן אַמעריקע; ייִדישע לידער, וואָס ווערן געזונגען אויף אַן אַמעריקאַנער שטייגער; ייִדישע לידער, וואָס זענען געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אין דער ענגלישער איבערזעצונג; פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער, איבערגעמאַכט אויף ייִדיש, און ייִדישע לידער וועגן אימיגראַנטן.
אינעם ערשטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען געזונגען שלום־עליכמס באַליבט וויגליד, אין וועלכן די מאַמע דערציילט איר קינד וועגן זײַן פֿאָטער, וואָס געפֿינט זיך אין אַמעריקע, און טרייסט דאָס קינד, אַז דער טאַטע וועט באַלד שיקן זײַן פּאָרטרעט און צוואָנציק דאָלאַר. דערנאָך האָט מען געזונגען פֿיר גאַנץ פּעסימיסטישע לידער פֿונעם שפּעטן 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט וועגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. אין אליקום צונזערס ליד „די גאָלדענע לאַנד‟, למשל, הערט מען ווי אַן אימיגראַנט דערציילט, אַז אין דער קינדהייט האָט ער געהערט, אַז אַמעריקע איז געווען „אַ גאָלדן לאַנד‟, אָבער ווי אַ דערוואַקסענער האָט ער אויסגעפֿונען, אַז עס איז נאָר „אַ גאָלדן לאַנד‟ פֿאַר די רײַכע, ווײַל דער אָרעמער אַרבעטסמאַן:
לויפֿט, לויפֿט ביז וואַנען ער פֿאַלט,
קיין אַרבעטער ווערט דאָ ניט אַלט…
דעם גיט אַ מאַשינע אַ ריס,
דער בלײַבט פֿון אַרבעט אָן פֿיס,
דער ווערט בלינד, דער - אָן אַ האַנט,
און אַלץ - אין דער „גאָלדענער לאַנד‟.
נאָך דעם האָט מען געזונגען דאָס באַקאַנטע ראָמאַנטישע אַרבעטער־קלאָגליד „מײַן רוע־פּלאַץ‟ פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד אין אַ גאָר קאָמפּליצירטער אַראַנזשירונג פֿון מאַקס העלפֿמאַן, אין וועלכער מע האָט אַרײַנגעוועבט די קלאַנגען, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם ליד (דאָס שפּריצן פֿון פֿאָנטאַנען, דאָס קלינגען פֿון קייטן) צווישן די געזונגענע ווערטער. נאָך די צוויי לידער פֿונעם דיכטער דוד איידלשטאַדט איז די פּראָגראַם געוואָרן מער אָפּטימיסטיש מיט זישע ווײַנפּערס ליד „אַמעריקע‟, וואָס דערמאָנט אין פֿאַרשידענע באַקאַנטע אַמעריקאַנער פּערזענלעכקייטן:
וואַשינגטאָנען,
דזשעפֿערסאָנען,
און נאָך וועמען?
לינקאָלן און ראָזעוועלט - אויך ניט צו פֿאַרשעמען.
זײַנען דען יהואש, ראָזנפֿעלד ניט אַמעריקע?
אַ ביסל שפּעטער האָט זיך דער טאָן פֿון דער פּראָגראַם געביטן, ווען ריינע שעכטער איז אַרויסגעקומען אויף דער בינע, כּדי צו זינגען אַן עכט־מאָדערן ניו־יאָריקער ליד פֿון איר עלטער־מומע, די פּאָעטעסע ביילע־שעכטער גאָטעסמאַן. דאָס ליד, „דער סאַקסאָפֿאָן־שפּילער‟, באַהאַנדלט אַ מוזיקער, וואָס שפּילט אין דער ניו־יאָריקער אונטערבאַן. די מוזיק האָט ביילע־שעכטער גאָטעסמאַן געשאַפֿן ווי אַ דזשאַז־ליד, אַ פּנים, ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם סאָרט סאַקסאָפֿאָן־מוזיק, וואָס מע הערט גאַנץ אָפֿט אין „סאָבוויי‟. ריינעס אויפֿטריט מיט איר וווּנדערלעכן דזשאַז־זינגען און צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד איז דעם עולם שטאַרק געפֿעלן געוואָרן.
פֿאַרן קומענדיקן נומער האָט דער כאָר געזונגען אַ גאַנץ באַקאַנטע ענגלישע „פּאָפּ‟־ליד פֿון די 1960ער יאָרן California Dreamin, וואָס עס האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט די אַמעריקאַנער קאַפּעליע „די מאַמעס און די פּאַפּאַס‟, אין אַ ייִדישער איבעראַרבעטונג פֿון שלמה כּהן. כּדאַי צו באַמערקן, אַז כּהן האָט „פֿאַרייִדישט‟ דעם טעקסט; אַנשטאָט אַרײַנצוגיין אין קירך און מאַכן דעם אָנשטעל, אַז חיים בעט, זינגט דער נאַראַטאָר אינעם ייִדישן נוסח:
כ׳גיי אַרײַן אין שיל,
מיט בענק אין אַ ריי.
שאָקל איך זיך ווי אַ חסיד,
די ציצית גיב איך אַ דריי.
דעם פֿראָסט האָט דאָך ליב דער רבי.
ער גיסט מיר אָן אַ גלאָז טיי!
קאַליפֿאָרניער חלום:
אָ, מיר איז קאַלט, אוי וויי!
נאָכן האַלב־קאָמישן, האַלב־ערנסטן נוסח פֿונעם „היפּי‟־ליד איז טעמע־ליבע שעכטער אַרויסגעקומען אויף דער בינע, כּדי צו זינגען אַן עכט־קאָמישן ייִדישן נוסח פֿונעם באַקאַטן קינדער־ליד Old Macdonald Had a Farm, לויט דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון טעדי שוואַרץ. דאָס ליד דערמאָנט די אַלע בעלי־חיים, וואָס דער פֿאַרמער „אַלטער דאַנלד‟ פֿאַרמאָגט אויף דער פֿאַרם און קנעלט אײַן מיט די צוהערער, די אַלע קלאַנגען, וואָס די פֿאַרשידענע חיות שפּײַען. צוליב דעם, וואָס כּמעט אַלע אַמעריקאַנער קענען דאָס ליד און אַפֿילו די, וואָס קענען ניט קיין וואָרט ייִדיש, האָבן גרינג געטראָפֿן, אַז אַ „האַווקע‟ מאַכט אַ הונט, און אַ „הירזשע‟ - אַ פֿערד, איז דאָס ליד ספּעציעל וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿון פּראָגראַם האָט מען געזונגען דרײַ ייִדישע לידער, וואָס זענען מער באַקאַנט אויף ענגליש ווי אויף ייִדיש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ פֿון אַהרן צייטלין און שלום סעקונדאַ, דאָס באַקאַנטע חנוכּה־ליד „איך בין אַ קליינער דריידל‟, און דער גרויסער „סווינג‟־שלאַגער פֿאַר די שוועסטער אַנדרו „בײַ מיר ביסטו שיין‟. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער ייִדישער טעקסט פֿון „בײַ מיר ביסטו שיין‟ האָט אַ פּאָר באמת עקלדיקע און האַלב־ראַסיסטישע קאָמענטאַרן, און דערפֿאַר הערט מען הײַנט זייער זעלטן יענעם טייל פֿונעם ליד. די דעמאָלטיקע ייִדן האָבן, אַ פּנים, ניט בלויז אײַנגעזאַפּט די אַרומיקע אַמעריקאַנער סבֿיבֿה ביזן שאַפֿן אַ ייִדיש „סווינג‟־ליד, נאָר אויך אַדאַפּטירט די ראַסיסטישע מיינונגען פֿון דער ברייטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
גאַנץ אַנדערש, וואָס שייך די ראַסן־באַציִונגען, זענען דרײַ טראַדיציאָנעלע „נעגער־לידער‟ (Negro Spirituals), וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש און געזונגען אין די 1930ער און 1940ער יאָרן ווי אַן אופֿן פֿון אויסדריקן מיטגעפֿיל צום אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאַמף פֿאַר ראַסן־גלײַכהייט. צווישן די צוויי לידער געפֿינט מען דאָס פּראָטעסט ליד Sistren an‘ Brethren אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון דוד זעלצער. דאָס רירנדיקע ליד רופֿט די צוהערער אויפֿצוהערן תּפֿילה צו טאָן, און אַנשטאָט דעם, אַליין צו קעמפֿן פֿאַר דער אייגענער פֿרײַהייט. דאָס ליד ענדיקט זיך אַזוי:
שטעלט זיך אַנטקעגן, דראָנגען אין די הענט!
זאָל נעגערבלוט שוין ניט זײַן מער געשענט!
בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם האָט מען געזונגען דאָס ליד פֿון דער „יוגנטרוף‟־באַוועגונג „וואַסערל‟, געשאַפֿן דורך רחל שעכטער און פּערל טייטלבוים. אַנשטאָט דעם „ראָק‟־סטיל פֿונעם אָריגינעלן נוסח האָט בנימין שעכטער דאָס ליד פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאָדערנער כאָר־פּיעסע, וואָס דערמאָנט סײַ די אַמעריקאַנער און סײַ די אייראָפּעיִשע מוזיקאַלישע טראַדיציעס.
גלײַך נאָכן קאָנצערט האָב איך געהערט ווי אַ גרופּע יונגע־לײַט, געוועזענע ישיבֿה־תּלמידים, וואָס האָבן פֿאַרן קאָנצערט אָפּגעחוזקט ווי אַזוי אַ ייִדישער כאָר־קאָנצערט קאָן קלינגען, האָבן גאַנץ ערנסט אַרומגערעדט די ראַפֿינירטקייט פֿון די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען און די ברייטקייט פֿונעם רעפּערטואַר. „ווער וואָלט געוווּסט, אַז מע האָט געזונגען נעגער־לידער אויף ייִדיש מיט 70 יאָר צוריק?‟ - האָט איינער פֿון זיי באַמערקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַר אַ דור אַמעריקאַנער, וואָס ס׳זענען אים נאָר באַקאַנט אַ פּאָר נאָסטאַלגישע פֿאָלקס־לידער, געזונגען אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער, און אפֿשר אויך „דער פּאַרטיזאַנער־הימען‟, זענען אָט די כאָר־לידער וועגן אָרעמע ייִדישע אַרבעטער, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און סאַקסאָפֿאַן־שפּילער אין „סאָבוויי‟ געווען גאָר אַ נײַע דערשײַנונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.