(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם ערשטן באַנד פֿון זײַן װערק באַהאַנדלט הײליקמאַן די געשיכטע פֿון ייִדן אינעם אַלט־פּױלן און ליטע. פֿאַר הײליקמאַנען, װי פֿאַר פּאָקראָװסקין, איז דער עיקרדיקער טרײַב־כּוח פֿון דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג אין מיטלעטער געװען דער האַנדל־קאַפּיטאַל. הײליקמאַן באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿונעם „עקאָנאָמישן פֿאַקטאָר‟ פֿאַר דער געזעלשאַפֿטלעכער אַנטװיקלונג בײַ ייִדן: „נאָר אױפֿן יסוד פֿון דער דאָזיקער אָפּהענגיקײט אַנאַליזירן מיר די געזעלשאַפֿטלעכע קעגנזײַטיקע באַציִונגען, װעלכע אַנטװיקלען זיך דורך קלאַסן־װידערשפּרוכן.‟
אָבער די ייִדישע געשיכטע האָט אַ געװיסע ספּעציפֿיק. איר פֿאָרשער, האַלט הײליקמאַן, „דאַרף אױפֿמערקזאַם באַטראַכטן די דערשײַנונגען פֿון צוויי זײַטן: דעם היסטאָרישן פּראָצעס פֿונעם הערשנדיקן פֿאָלק, און די ענדערונגען, װעלכע זײַנען דורך אים אַרױסגערופֿן געװאָרן אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.‟ אין הסכּם מיטן דאָזיקן צוגאַנג באַהאַנדלט הײליקמאַן זײער פּרטימדיק די סאָציאַל־עקאָנאָמישע באַציִונגען צװישן ייִדן און זײערע שכנים אין פּױלן, ליטע און אוקראַיִנע. ער האָט אַ געװיסע סימפּאַטיע צו דער אַלטער ליטע, װוּ די ייִדישע קהילות האָבן פֿאַרמאָגט אַ דעמאָקראַטישע אױטאָנאָמיע. אָבער זײַן אידעאָלאָגישע כּװנה איז צו דערװײַזן, אַז די קלאַסן־אינטערעסן פֿון די ייִדישע „עקספּלואַטאַטאָרן‟, גבֿירים, סוחרים, אַרענדאַרן, זײַנען געװען די זעלבע, װאָס בײַ די קריסטלעכע הערשנדיקע קלאַסן, בעת די ייִדישע אָרעמע לײַט האָבן געהאַט מער שותּפֿות מיט אָרעמע קריסטן אײדער מיט רײַכע ייִדן.
װי אַ מאַרקסיסט, האָט הײליקמאַן געזען דעם שורש פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דעם סאָציאַל־עקאָנאָמישן „יסוד” פֿון דער געזעלשאַפֿט: „דער אַנטיסעמיטיזם װערט אַרױסגערופֿן דורך צײַטװײַליקע (און ניט אײביקע!) עקאָנאָמישע סיבות‟. אַזױ אַרום באַקומט זיך, אַז אַנטיסעמיטיזם איז אַ פּועל־יוצה פֿון קלאַסנקאַמף אין דער פּױלישער און ייִדישער געזעלשאַפֿט. און פֿאַרקערט, װען די אינטערעסן פֿון אַ „באַשטימטן טײל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟ זײַנען צונױפֿגעפֿאַלן מיט די „אינטערעסן פֿונעם הערשנדיקן קלאַס‟, איז מעגלעך געװען אַ „טאָלעראַנטע און גינסטיקע באַציִונג פֿון דער מלוכה צו די ייִדן‟. הײליקמאַן ברענגט אַפֿילו אַ פּאָר אינטערעסאַנטע בײַשפּילן, װען די פּױלישע פּריצים האָבן פֿאַרטײדיקט ייִדישע בעל־מלאָכות פֿונעם שװערן עול פֿון קהלישע שטײַערן.
פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע איז טובֿיה הײליקמאַן געװען אַ חשובֿער טעאָרעטיקער פֿון „טעריטאָריעלער אױטאָנאָמיע‟ און אַן אַקטיװער טוער אינעם „בונד‟. נאָך אַ קורצער צײַט זיך געפֿינען אין דער באָלשעװיסטישער תּפֿיסה איז ער געװאָרן אַ קאָמוניסט, און שפּעטער געלערנט געשיכטע אין פֿאַרשידענע מאָסקװער אוניװערסיטעטן. אין משך פֿון דער גאַנצער סאָװעטישער תּקופֿה האָט ער געאַרבעט איבער דער אַרומנעמיקער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, אָבער צו פּובליקירן זײַנע װערק האָט ער באַװיזן בלױז טײלװײַז. דאָס לעצטע, און מסתּמא דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע װערק זײַנע, די „געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿסס״ר‟, איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.