(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַסי דיין ז״ל (1945־2014), וואָס איז גאָר לעצטנס געשטאָרבן, איז במשך פֿון לאַנגע יאָרן געשטאַנען אין צענטער פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור-וועלט, און בפֿרט אין צענטער פֿון דער קליינער ישׂראלדיקער פֿילם-אינדוסטריע. משה דיינס אַ זון, האָט אַסי אין די 1960ער־1970ער יאָרן געהאַט אָנגעהויבן צו שפּילן די עכטע סאַברע-קעמפֿער אין פֿילמען („הוא הלך בשׂדות‟, „מבֿצע יונתן‟), און רעזשיסירט און אָנגעשריבן די סצענאַרן פֿאַר די סאַמע קלאַסישע ישׂראלדיקע קאָמעדיעס („גבֿעת חלפֿון אינה עונה‟). פֿילמען האָט ער געשאַפֿן און געשפּילט אין זיי ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. דערצו האָט ער פֿילמירט דאָקומענטאַרן, טעלעוויזיע-דראַמעס, און איז געווען אַ דיכטער. זײַן פּטירה איז זיכער אַ גרויסע אַבֿדה פֿאַר דער ישׂראלדיקער קולטור.
הײַיאָר, צופֿעליק גלײַכצײַטיק מיט דיינס פּטירה, איז אויך אַרויס די אַמעריקאַנער ווערסיע פֿון „הער באַום‟, וואָס הייסט, „דער אָנגעברוגזטסטער מענטש אין ברוקלין‟ (The Angriest Man in Brooklyn). אין דער אַמעריקאַנער ווערסיע שפּילן אַזעלכע באַקאַנטע אַקטיאָרן ווי ראָבין וויליאַמס אין דער הויפּט־ראָלע פֿון הענרי אַלטמאַן (הער באַום), אַ ניו-יאָרקער ייִדישער אַדוואָקאַט, און מילאַ קוניס אין דער ראָלע פֿון דער דאָקטאָרין, וואָס איז געוואָרן אַ סך מער צענטראַל אין דער ווערסיע.
„דער אָנגעברוגזטסטער מענטש אין ברוקלין‟ איז אָבער נישט בלויז אַן אַמעריקאַנער באַאַרבעטונג פֿון „הער באַום‟, עס רעדט זיך דאָ וועגן לחלוטין צוויי היפּוכדיקע פֿילמען. כּמעט יעדן אַספּעקט, וואָס „הער באַום‟ מאַכט חוזק דערפֿון און וויל עס צעשטערן, ווערט דער סאַמע מהות אַליין אינעם אַמעריקאַנער פֿילם, וואָס גייט בכלל אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג פֿון פֿאַרבינדן און אויסגלײַכן. די מעטאַ-פֿילם דיסקוסיע, וווּ באַום ווערט אַ קינסטלערישער אָביעקט צום אַנאַליזירן, איז לגמרי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
דער ציניזם און די איראָניע, וואָס דעפֿינירן דיינס קוקווינקל, ווערן דאָ פֿאַרביטן אויף אַ סך מעלאָדראַמע און קיטש. עס בלײַבן בלויז זעלטענע איראָנישע טראָפּנס. ראשית-כּל, איז דאָ גאָר אַנדערש די באַהאַנדלונג פֿון דעם משפּחה-לעבן: פֿון באַומס פֿאַנטאַזיעס וועגן סעקסועלע באַציִונגען מיט אַ יונגער קאַסירערין, וויל אַלטמאַן זיך לייגן אין בעט מיט זײַן פֿרוי צום לעצטן מאָל; אַנשטאָט באַומס אַ זון, אַ סאָלדאַט בעת מיליטערישע געניטונגען (אַ פּאַראָדיע אויף דיינס ערשטע ראָלעס), ווערט אין דער אַמעריקאַנער ווערסיע פֿאַרביטן אויף אַ באַנאַלישער דראַמאַטישער סיטואַציע פֿונעם כּסדר פֿאַרנומענעם טאַטן (דער כּעס דעפֿינירט דורכויס אַלטמאַנס געשטאַלט, עפּעס, וואָס זאָגט אַ סך וועגן דעם שוואַכן סצענאַר), וואָס טוט אַלץ, אַבי צו פֿאַרברענגען נאָך אַ ביסל צײַט מיט זײַן זון. פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילם „הער באַום‟, ווערט אין לעצטן סך-הכּל אַ לאַנגווײַליקער, באַנאַלער אַרומפֿאָר צוריק צו געפֿינען דעם טעם פֿון לעבן.
אַ קיצור, פּטרט נישט די צײַט אויף „דער אָנגעברוגזטסטער מענטש אין ברוקלין‟, און זעט בעסער אַסי דיינס „הער באַום‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.