אין 1998 איז אַרויס אַסי דיינס דריטער פֿילם פֿון דער טרילאָגיע, וואָס האָט זיך געהאַט אָנגעהויבן מיט זײַן מײַסטערווערק „דאָס לעבן על-פּי אַגפֿאַ‟ (החיים על פּי אַגפֿאַ, 1992), איז ממשיך געווען מיטן פֿילם „אַן עלעקטרישע קאָלדרע מיטן נאָמען משה‟ (שׂמיכה חשמלית ושמה משׁה, 1995), און זיך פֿאַרענדיקט מיט „הער באַום‟ (מיסטער באַום). „דאָס לעבן על-פּי אַגפֿאַ‟ האָט געוויזן זייער אַ פֿינצטער בילד פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט דורך אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס קומט פֿאָר אין משך פֿון איין אָוונט אין אַ תּל-אָבֿיבֿער שענק, וווּ כּלערליי רעפּרעזענטאַטיווע טיפּן זאַמלען זיך צונויף און שטויסן זיך צונויף ביזן ביטערן סוף.
אַנטקעגן דער טונקעלער דראַמאַטישקייט פֿון „אַגפֿאַ‟, האָבן די צוויי ווײַטערדיקע פֿילמען — „אַן עלעקטרישע קאָלדרע מיטן נאָמען משה‟ און „הער באַום‟ — שוין געהערט צו אַן אַנדער זשאַנער, דער זשאַנער פֿון דער שוואַרצער קאָמעדיע. אין ביידע פֿילמען האָבן זיך אין תּוך געפֿירט פֿילאָסאָפֿישע עקזיסטענציאַליסטישע דיסקוסיעס מכּוח דעם מהות פֿון לעבן, און בעיקר, וועגן דער לעבנס־אומזיסטיקייט. בײַם אָנהייב פֿון „הער באַום‟, דערוויסט זיך דער הויפּט־העלד באַום, אַ פּירסום־דירערקטאָר פֿון זון-ברילן אין זײַנע פֿופֿציקער (געשפּילט דורך אַסי דיין אַליין), אַז אים איז געבליבן צו לעבן נאָר צווישן 90 און 92 מינוט, מחמת אַ קראַנקייט.
דער אויסדויער פֿון באַומס לעבן איז נישט על-פּי פֿאַל גלײַך צו דעם אויסדויער פֿון אַ סטאַנדאַרטן פֿילם, ווײַל די סיטואַציע דערמעגלעכט דעם רעזשיסאָר נישט בלויז צו שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע סאַטירע אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, נאָר אויך צו פֿירן אַ דיסקוסיע וועגן דער פֿילם-קונסט בכלל. בעת דער דאָזיקער דיסקוסיע קריטיקירט דיין די דאָמינירונג פֿון דער האָליוווּדער באַנאַלקייט איבער די מענטשלעכע לעבנס, בשעת הער באַומס באַוווּסטזײַן שוועבט כּסדר צוויש, דער פֿאַנטאַזיע (האָליוווּד) און דער (ביטערער) וואָר.
די סאָציאַלע אַספּעקטן פֿון דער אַמעריקאַנער דאָמינירנדיקער פֿילם-אינדוסטריע ווערן אויך שאַרף באַהאַנדלט: די אַנגליציזמען אין דער ישׂראלדיקער שפּראַך, די צינישע באַציִונגען אין דעם משפּחה־לעבן (די טאָכטער דערמאָנט זיך אין איר אויסגייענדיקן פֿאָטער נאָר דעמאָלט, ווען זי וויל ער זאָל דעקן דעם חשבון פֿון איר פּיצע), און צווישן מענטשן בכלל; די קאַפּיטאַליסטישע קולטור פֿון פֿאַרקויפֿערײַ און אָפּזעצערײַ (דאָס פֿאַרקויפֿן זון-ברילן אין דעם פֿאַל באַטײַט דעם פֿאַרקויף פֿונעם חפֿץ, וואָס העלפֿט מענטשן באַהאַלטן זיך פֿון אַנדערע מענטשן און פֿון דער וואָר בכלל), וכדומה.
אין תּוך גענומען האָט דיינס פֿילם, ווי געזאָגט, איבערגעחזרט די אַנטוישונג פֿון „קהלת‟ — „הכּל הבֿל‟, אָדער לויטן שפּריכוואָרט: די גאַנצע וועלט איז אַ חלום, און דער טויט איז די לייזונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.