„אַפּאָקריפֿן‟ — אַזוי הייסט דאָס נײַע בוך לידער פֿון באָריס סאַנדלער, וואָס איז ממש די טעג אַרויס פֿון דרוק. דאָס איז שוין די צווייטע פּאָעטישע זאַמלונג פֿון איינעם פֿון אונדזערע אָנערקענטסטע און פֿרוכטבאַרסטע פּראָזע־מײַסטער.
די ערשטע לידער-זאַמלונג, „אין קלאַנגענעץ פֿון נצח‟ (פּאָעמע און לידער)‟ איז דערשינען אין 2010 — אויפֿן 31סטן יאָר פֿון זײַן ליטעראַרישער שעפֿערישקייט — פֿול מיט רײַפֿע פּראָזע־ווערק, אָפּגעדרוקט אין צענדליקער זשורנאַלן איבער דער וועלט, ווי אויך צונויפֿגעזאַמלטע אין ביכער. אַ קיימא־לן פֿון 14 ביכער מיט סאַנדלערס דערציילונגען, נאָוועלן, אַ דאָקומענטאַרער פֿאָרשונג און צוויי ראַמאַנען, זענען דערשינען ביז הײַנט (בתוכם איינס אין ענגלישער, איינס אין דײַטשישער און צוויי אין אַ רוסישער איבערזעצונג).
ס’איז ניט זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז אַ שרײַבער, וואָס האָט זיך אַזוי אײַנגעפֿונדעוועט אין פּראָזע און טאַקע זיך קונה־שם געווען ווי אַ פּראָזאַיִקער, זאָל אויך אין דער זעלביקער מאָס אויפֿגענומען ווערן ווי אַ פּאָעט. אָבער ווער זאָגט דאָס, אַז אַ פּראָזאַיִקער קאָן זיך ניט פֿאַרמעסטן מיט פּאָעטן פֿון אַ גאַנץ יאָר אויף זייער „אייגענער‟ פּאָעטישער טעריטאָריע?
סאַנדלערס פּראָזע צייכנט זיך שטאַרק אויס מיט אַ פֿײַן־שפּירעוודיקן, אָבער גאָרניט סענטימענטאַלער לירישקייט. אַ מין פּאָעטישער אָטעם באַהויכט און באַהאַרציקט זײַן דערציילערישקייט און שילדערישקייט. דעריבער איז דאָס מסתּמא גאָרניט אַזאַ חידוש, וואָס ער איז, סוף־כּל־סוף, דערגאַנגען אויך צו פּאָעזיִע ממש.
אָט איז, מערניט, אַ קליינטשיקער מוסטער, אַן אויסצוג פֿון זײַנס אַ ליד פֿון דער ערשטער לידער־זאַמלונג:
איך קען נישט קושן מיט איין ליפּ,
וויינען מיט איין אויג;
ס’קוועלט מײַן האַרץ, ווען כ’בין פֿאַרליבט,
פֿון אַ טראָפּן טוי.
איך קען נישט שמייכלען מיט איין ברעם
ס’פּנים מאַכן קרום,
אויב פֿאַרשפּילט, — איז מיט אַ ברען!
צו גלײבן, מיינט נישט, פֿרום.
ניט נאָר די לירישקייט פֿון זײַן פּראָזע ברענגט סאַנדלערן צו פּאָעזיע. ס’איז אויך דיקטירט פֿון די האַסטיקע ריטמען און שטרענג־רעגימענטירטע זמן־ראַמען פֿון זײַן טאָג־טעגלעכן לעבן און באַוועגן זיך אין־און־אַרום דער גרויסער שטאָט (ווי ער אַליין האָט דאָס דערקלערט אין דער הקדמה צו זײַן ערשטן לידערבוך).
אָבער מער פֿון אַלץ איז, אַז דאָס קערן זיך צו פּאָעזיִע דרינגט בײַ אים אַרויס פּראָסט־און־פּשוט דערפֿון, וואָס געוויסע אופֿנים פֿון קינסטלערישער שעפֿערישקײט און סטרוקטורעל־באַשטימטער אויסדריקלעכקייט זײַנען מעגלעך רק און בלויז אין איר, רק און בלויז אין פּאָעזיִע. אָט איז אַ ליד, דאָס מאָל שוין פֿון דער נײַער, ערשט דערשינענער לידער־זאַמלונג:
פֿון כּוזרים אַ טראָפּן, צי אַ טראָפּן פֿון מיזרח,
זיך באַזעצט אויפֿן פּנים דײַן מיידלשער חן.
צי מיט אַ וווּאַל עס פֿאַרשטעלן פֿון צניעות,
צי אפֿשר אַנטבלויזן דער וועלט אויף־צו־להכעיס?
פֿון וועמען געירשנט האָסטו דײַנע לאָקנס,
וואָס פֿאַלן ווי ציגן־געלויף פֿון אַ באַרג?
די בריסטלעך — נאָך טערפּקע, ווי טײַבלעך־ווײַנטרויבן;
זיי פּיקן מײַן לײַב מיט די יאַגעדעס־פּיסקלעך.
איך זינק אין די אויגן פֿון דײַן עלטער־באָבען,
דורך דורות און צײַטן — אַ שיכט נאָך אַ שיכט.
שיפֿלט מײַן גוף אויף די כוואַליעס פֿון תּענוג,
אונטערגעיאָגט מיט דײַן אָטעם און זיפֿץ.
כ’פֿיל שוין מײַן סוף — צום גן־עדן אַ רגע —
איך וויל נישט אַהין, לאָמיר פֿאַלן אין תּהום…
ווי הייס זײַנען נעכט אין ירושלים,
ווי קאַלט די פֿרימאָרגנס אין דער אייביקער שטאָט.
מאי קאָ משמע לן „אַפּאָקריפֿן‟? דער נאָמען איז לאַוו־דווקא שטאַרק פּאָעטיש. עס האָט אָבער, פֿון דעסטוועגן, אַ דירעקט שײַכות צו דעם עפּיש־לירישן שטראָם אין סאַנדלערס פּאָעטישער שאַפֿונג, וווּ די קלאַסישע מאָטיוון, סימבאָלן און געשטאַלטן פֿון ייִדישן גלויבן — פֿון תּנ”ך, מדרש און אַפֿילו קבלה — ווערן איראָניש צי ערנסט, אָבער תּמיד פּאָעטיש־אײַנפֿאַלעריש אינטערפּרעטירט. דער־אָ גאַנג איז, פֿאַרשטייט זיך, גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט אין אונדזער פּאָעזיע, אָבער דאָ איז דאָס, קודם־כּל, אַן אויסדרוק פֿון דעם מחברס אָנגענומענער און, אין אַ געוויסער מאָס, אויסגעקליבענער וועלט־שפּירונג. זײַן אופֿן פֿון צונויפֿפּאָרן און קינסטלעריש צו באַזיניקן דעם פֿון־קדמונים, ווי אויך ערשט פֿון נעכטן געירשנטן גאָב פֿון דורות, מיט דעם טיף סתּירותדיקן הײַנט, וואָס איז פֿול מיט „פּאָסט־מאָדערנער‟ אַנדרלמוסיה פֿון השׂגות, גלייבענישן, גאָלע ליגנס און געבראָטענע אמתן.
מסתּמא, דערפֿאַר, ווײַל דער פּאָעט איז געטרײַ זײַן אייגענער צײַט־און־וועלט, זײַן אייגענעם דור, באַקומט זיך עס בײַ אים סײַ פֿאָרמעל, סײַ אינהאַלטלעך, אַזוי פֿריש און אייגנאַרטיק. אָן שום קונצן, נאָכמאַכונגען, צי איבערמאַכונגען פֿון מאַנגערס היימיש־ראַפֿינירטן ליריזם, מ. ל. האַלפּערינס מאָדערניסטישן עקספּרעסיִאָניזם, צי גלאַטשטיינס וואָר(ט)־קונסט אינטעלעקטוּאַליזם.
דווקא די לידער פֿון דעם מין אין זײַן „קלאַנגענעץ פֿון נצח‟ און אין די „אַפּאָקריפֿן‟ (דער ציקל מיטן זעלביקן נאָמען אין „אַפּאָקריפֿן‟, און דער „10 ספֿירות‟־ציקל מיט דער איראָנישער פּאָעמע, „פּרקי־באָבעס‟, אין זײַן ערשטן לידערבוך) — דווקא זיי זײַנען שיִער ניט אַלע געשריבן אין דער פֿאָרעם פֿון ווײַסן פֿערז. זייער ריטעם־סטרוקטור איז אָבער ניט קיין פּראָזאַיִשע, נײַערט אַ באַפֿליגלט־פּאָעטישע. דאָס איז, ווײַזט אויס, אַ בפֿירוש באַוווּסטזיניקער אויסווײַל פֿון פֿאָרעם, ווײַל ווי מע זעט פֿון אַ סך אַנדערע לידער, איז דער בעל־מחבר אויך אַ מאדים אויף גראַמען.
און אַז מע דערמאָנט שוין גראַמען…
גראָד מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער איז מיר אויסגעקומען צו הערן אַ ייִדישן אינטערוויו מיט שמואל־יוסף עגנון פֿון 1966. אויף דער פֿראַגע, צי ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, האָט דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער געענטפֿערט: „אָנגעהויבן האָב איך צו שרײַבן אויף לשון־קודש, אַז איך בין געווען אַלט 5 יאָר. און איך געדענק נאָך אַפֿילו די שירות [לויטן גאַליציִאַנער־ייִדישן אַרויסרייד קאָן אויך מיינען „שורות‟], וואָס איך האָב געזאָגט. אָבער איך האָב נאָך נישט געוווּסט אַז [= צי] דאָס איז אַ שיר, אָדער אַ גראַם.‟ דאָס ערשטע געדרוקטע ווערק זײַנס איז טאַקע געווען אויף ייִדיש (און דווקא מיט אַ פּאָעמע וועגן יוסף דעלאַ ריינאַ). אָבער אויסער דער פּסיכאָלאָגיש שטאַרק טשיקאַווער „טיף־קינדערישער דערמאָנונג אויף דער עלטער‟, איז דאָ גאָר אינטערעסאַנט דער, אַפּנים, קלאָרער אונטערשייד, וואָס עגנון האָט געמאַכט צווישן „אַ שיר‟ און „אַ גראַם‟ (אויף העברעיִש מסתּם: „שיר‟ און „חרוז‟).
אַ מעגלעכע דערקלערונג וואָלט געקאָנט זײַן, אַז „שיר‟ איז די תּנ”כישע פּאָעזיע מיט איר אייגענער סעמאַנטיש־ריטמישער אייגנשאַפֿט (ווי „שיר מזמור‟, „שיר השירים‟, אינגאַנצן אָן גראַמען, פֿאַרשטייט זיך) בשעת־ווען אַ „גראַם‟ האָט שוין צו טאָן מיטן פּאָסט־ביבלישן מיטל־עלטער, ווען דער ארץ־יִשׂראלדיקער פּייטן יניי (לייען: יאַנאַי) האָט צום ערשטן מאָל אײַנגעפֿירט, אינעם 7טן יאָרהונדערט, גראַמען אין העברעיִשע פּיִוּטים און, אַפּנים, אויך אין פּראָזע (בעסער געזאָגט: אין דער געגראַמטער פּראָזע).
באָריס סאַנדלערס לידער — סײַ די שירים, סײַ די גראַמען — זײַנען אָבער ניט קיין פּאָעטיש ריטמיזירטע, אָדער געגראַמטע פּראָזע. ס’איז בפֿירוש — פּאָעזיִע.
פֿרעגט זיך, אָבער, ווידער אַ מאָל די פֿראַגע, צי זאָל מען אים באַטראַכטן ווי אַ פּראָזע־שרײַבער, צי ווי אַ פּאָעט?
געוויינטלעך, איז צווישן די צוויי גרויסע צעכן פֿון ליטעראַרישער שעפֿערישקייט — פּראָזע און פּאָעזיע — פֿאַראַן אַ בפֿירושע פּראָפֿעסיִאָנעלע מחיצה. געציילטע זײַנען גלײַכמאָסיק שעפֿעריש אין ביידע צעכן, הגם, סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ אין דער וועלט־ליטעראַטור, פֿעלן ניט אויס דיכטער, וואָס האָבן אויך געשאַפֿן גלענצנדיקע פּראָזע־ווערק (מאַנגער, גלאַטשטיין און סוצקעווער קומען גלײַך אויפֿן זינען), אָדער פּראָזאַיִקער, וואָס האָבן ניט ווייניק און אָפֿט דערפֿאָלגרײַך „געזינדיקט מיט דער פּאָעטישער לירע‟ (ווי אַשטייגער, זלמן שניאור און י. ל. פּרץ, וועלכער האָט זיך אַליין משמעות פֿריִער־פאַר־אַלץ געהאַלטן פֿאַר אַ דיכטער).
צווישן די, וואָס האָבן געשאַפֿן, אַזוי צו זאָגן, אויף ביידע פֿראָנטן, געפֿינען זיך אַ ריי בולטע מײַסטערס אונדזערע, ווי אַבֿרהם רייזען, אַלטער קאַציזנע, זוסמאַן סעגאַלאָוויטש, און אין פֿאַרשידענע תּקופֿות פֿון זײַן שאַפֿן — אויך חיים גראַדע. אָבער די דערמאָנטע מחיצה צווישן פּראָזע און פּאָעזיע טוט, געוויינטלעך, שאַרף צעטיילן די שרײַבער לויט זייער אָנגעהעריקייט צו דעם אָדער יענעם צעך.
אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור איז, מיט געוויסע אויסנאַמען, געווען אויך אַזוי. דעם נסתּרס פּאָעטישע ווערק פֿון זײַנע פֿריִערע יאָרן און פּרץ מאַרקישעס ראָמאַנען און דערציילונגען, האָבן ניט געענדערט דעם אַלגעמיינעם אײַנשטעל, אַז דער ערשטער איז אַ פּראָזע־מײַסטער בעת דער אַנדערער — אַ פּאָעט.
להיפּוך צו די אַלע דערמאָנטע, קאָן מען נישט באָריס סאַנדלערן — אים צו לאַנגע, געזונטע, שעפֿערישע יאָר! — אַזוי פּשוט־און־פּראָסט קאַטעגאָריזירן. כּל־זמן דער שעפֿער שאַפֿט און זײַן אַרבעט בלײַבט ניט־פֿאַרענדיקט, איז די טירחה פֿעסטצושטעלן, צי ער איז אַ דיכטער, אָדער אַ פּראָזאַיִקער, אַ קינאָ־סצענאַריסט, אָדער אַ קינאָ־רעזשיסאָר למעשׂה אַ פֿריצײַטיקער און אַ לעכערלעכער צײַטפֿאַרטרײַב.
ווילט זיך דעריבער שליסן מיט אַ האַרציקן ייִשר־כּוח צום דערשײַנען פֿון דעם נײַעם, שטאַרק געראָטענעם לידערבוך זײַנעם און ווינטשן ווײַטערדיקע גאָט־געבענטשטע שעפֿערישקייט ביז 120 — אי באָריס סאַנדלער דעם אָנערקענטן פּראָזע־מײַסטער, אי באריס סאַנדלער — דעם באַגאַבטן און אינטערעסאַנטן פּאָעט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.