אַ טשיקאַווע, אָבער אפֿשר אַ ווינציק באַוווּסטער קאַפּיטל וועגן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, איז דער ווידעראַנאַנד צווישן שטאָטישע און דאָרפֿישע ייִדן, אָדער ייִשובֿניקעס.
אין מיזרח־אייראָפּע זענען טאַקע קיין סך דאָרפֿישע ייִדן נישט געווען, אָבער פֿאָרט זענען זיי יאָ געווען, און וועגן זיי איז דאָ אַ היפּש ביסל ליטעראַטור. צווישן די באַקאַנטע ווערק וועגן זיי דערמאָנען זיך, למשל, שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער“ און פּרץ הירשביינס „גרינע פֿעלדער“. אַוודאי, איז כּדאַי צו לייענען הירש אַבראַמאָוויטשס „פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן“, וואָס איז אויך אַרויס אויף ענגליש א”ט Profiles of a Lost World. דאָרטן, אינעם קאַפּיטל „דאָרפֿישע ייִדישע פּרנסות אין ליטע“, דערציילט ער ווי אַזוי די שטאָטישע ייִדן פֿלעגן אָפּלאַכן פֿון די דאָרפֿישע.
אַז די שטאָטישע ייִדן האָבן פֿון די דאָרפֿישע נישט געהאַלטן איז קלאָר: ייִשובֿניקעס זענען געווען גראָבע־יונגען (אַ שטייגער, זיי רעדן גראָבע ווערטער), עם־הארצים (זיי קענען קוים דאַווענען אָדער מאַכן אַ ברכה; זיי קענען נישט קיין ייִדישע דינים), פֿאַרשטייען נישט קיין לשון־קודש, אָבער דערפֿאַר קענען יאָ „גוייִש“ (ווײַסרוסיש אָדער אוקראַיִניש).
אָט זענען צוויי אַנעקדאָטן פֿון אַבראַמאָוויטשס ווערק:
מע רופֿט אויף אַ ייִשובֿניקס אַ ייִנגל צו דער תּורה, מאַכט ער אַ ברכה „בורא פּרי העץ“. רופֿט זיך אָפּ דער טאַטע דער ייִשובֿניק:
„נישט געדאַכט זאָל ער ווערן, געוווינט אַלץ צו די בולבעס‟ (איבער בולבעס דאַרף מען זאָגן „בורא פּרי האַדמה“).
אַ ייִשובֿניק זאָגט די הגדה און אַנשטאָט „נעם דעם כּוס אין האַנט“ — שרײַט ער אויס: „נעם דעם פֿוס אין האַנט און זאָג לפֿיכך“; אַ פֿליג האָט צוגעגעבן אַ פּינטל און פֿון „כ‟ איז געוואָרן אַ „פ‟, און אַ ייִשובֿניק פֿאַרשטייט נישט קיין קונצן.
אויך בײַ עמנואל אָלשוואַנגער, „רויטע פּאָמעראַנצן“, זענען דאָ אַזוינע אַנעקדאָטן. אָט, אַ שטייגער:
אַ באַלעבאָס האָט גענומען אַן איידעם אַ ייִשובֿניק. געקומען איז דער ייִשובֿניק אין שטאָט, האָט אים דער ייִד געפֿירט שבת אין שיל. דער בחור האָט זיך אַוועקגעשטעלט לעבן דעם באַלעבאָס און שטייט און קוקט אויף קיינעם ניט. זיי זײַנען געקומען אַהיים, זאָגט דער באַלעבאָס צום איידעם: „הער זיך אײַן, מײַן זון, דו דאַרפֿסט וויסן, ווי מע איז זיך נוהג אין שיל: מע קוקט ניט גלאַט אַזוי אויף די מענטשן; אַז מע זעט אַ ייִדן אין שיל, זאָגט מען ‘אַ גוט־שבת’“.
דער יונגער־מאַן האָט דאָס גוט פֿאַרגעדענקט. אויפֿן אַנדערן שבת זײַנען זיי ווײַטער געגאַנגען אין שיל. ווי דער בחור איז אַרײַן אין שיל, האָט ער אָנגעהויבן זאָגן צו יעדן ייִדן: „אַ גוט־שבת אײַך, אַ גוט־שבת אײַך“. האָבן אַלע ייִדן געקוקט אויף אים ווי אויף אַ משוגענעם.
זיי זײַנען געקומען אַהיים, זאָגט אים דער באַלעבאָס: „ניט אַזוי האָב איך דאָס געמיינט, ניט איטלעכן ייִדן דאַרף מען זאָגן אַ גוט־שבת, מע דאַרף פֿאַרשטיין: איינעם זאָגט מען יע אַ גוט־שבת און אַ צווייטן זאָגט מען ניט קיין גוט־שבת“. דער בחור האָט זיך גוט אײַנגעהערט. אויפֿן אַנדערן שבת איז ער געקומען אין שיל און האָט איבערגעהיפּלט איין ייִדן נאָכן אַנדערן: „אײַך יע אַ גוט־שבת, אײַך נישט קיין גוט־שבת; אײַך יע אַ גוט־שבת, אײַך ניט איין גוט־שבת“.
אפֿשר נאָך ווינציקער באַוווּסט, אָבער, איז דער אופֿן, ווי אַזוי דער ייִשובֿניק האָט געחוזקט פֿונעם שטאָטישן. לויט אַבראַמאָוויטשן איז דער ייִשובֿניק געווען אַ פּראַקטישער, געקענט כּלערליי אַרבעטן, האָט ער געהאַלטן דעם שטאָטישן פֿאַר אַ בטלן, וואָס האָט אפֿשר געקענט לערנען, אָבער חוץ דעם — גאָרנישט. חוץ דעם, האָט דער שטאָטישער גאָרנישט געוווּסט וועגן דער נאַטור, בשעת דער ייִשובֿניק האָט יאָ געוווּסט:
דער ייִשובֿניק האָט דערציילט, אַז דער שטאָטישער פֿרעגט, קומענדיק אין דאָרף: „אויף וועלכע ביימער וואַקסן דאָ בולקעס און וועלכע קי לייגן דאָ אייער?“
לויט אַבראַמאָוויטשן קומט אויס, אַז דאָס ווערטל, וווּ מע לאַכט אָפּ פֿון אַ פֿאַלשער גזירה־שווה: „בײַ אים, אַז אַ ציבעלע איז ‘ציבוליע’, איז קנאָבל ‘קנעבוליע’“, נעמט זיך פֿון אַ פֿאַל, וווּ אַ ישיבֿה־בחור האָט געוואָלט בײַ אַ ייִשובֿניק זיך אויסלערנען רעדן „גוייִש“: „ווי באַלד אַ ציבעלע איז ‘ציבוליע’, איז בענקל ‘בענקוליע’, שטיוול ‘שטיוווּליע’, היטל ‘היטוליע’ אאַז”וו“. קען שוין דער ישיבֿה־בחור רעדן אויסגעצייכנט „גוייִש“!
פֿאַראַן אויך אַ ווערטל: „אַז ‘בעגלא’ איז אַ וואָגן, איז ‘בזמן קריבֿ’ אַ שליטן“ — בײַם זאָגן קדיש (אויף אַרמיש, פֿאַרשטייט זיך) טרעפֿט מען די ווערטער „בעגלא“ און „בזמן קריבֿ“, וואָס ביידע זענען טײַטש ‘באַלד, אין גיכן’. נאָר „בעגלא“ איז אַזוי ענלעך צו „עגלה“ ‘וואָגן’, אַזוי ווי אינעם וואָרט „בעל־עגלה“, אַז ס’נישט קיין וווּנדער, אויב מע פּלאָנטערט די צוויי; און אויב ס’ערשטע איז אַ וואָגן, פֿאַר וואָס זאָל טאַקע ס’צווייטע נישט זײַן קיין שליטן?
נישט נאָר בײַ ייִדן לאַכט מען אָפּ פֿון אַזאַ מין עם־הארצות. אָט איז באַקאַנט פֿון דער ענגלישער ליטעראַטור די פֿיגור Mrs. Malaprop, וואָס ס’האָט געשאַפֿן דער דראַמאַטורג שערידאַן (Richard Brinsley Sheridan) אין זײַן פּיעסע The Rivals (1774). דאָס איז אַ פֿרוי, וואָס סטאַרעט זיך צו רעדן אַ געבילדעט ענגליש, רעדט זי גאָר „געבולבעט“ — מיט ווערטער, וואָס זי קען נישט באמת, פּלאָנטערט זי כּסדר אַ וואָרט, וואָס זי האָט כּלומרשט אין זינען, און אַ וואָרט מיט אַן ענלעכן קלאַנג. שוין בײַם אָנהייב פֿון דער פּיעסע זאָגט זי illiterate ‘אַנאַלפֿאַבעט’, בשעת זי מיינט גאָר obliterate ‘אָפּווישן’; ווײַטער זאָגט זי extirpate ‘אויסוואָרצלען, אויסראָטן’ פֿאַר extricate ‘אַרויסקריגן’ אאַז”וו. נישט אומזיסט זאָגט מען בײַ ייִדן: „אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן עם־האָרץ, לייגט ער אים אַ לשון־קודש־וואָרט אין מויל אַרײַן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.