אין רוסלאַנד הערשט אַ פּוטיניסטישער סטאַליניזם

Russia Dominated by Putinist Stalinism

אַ דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע צו שטיצן פּוטין: „פּוטין איז גערעכט!”
אַ דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע צו שטיצן פּוטין: „פּוטין איז גערעכט!”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 15, 2014, issue of July 04, 2014.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין קורץ מיטגעטיילט, אַז אין מאָסקווע איז אָנהייב יוני דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „רוסלאַנד אין דער ערשטער וועלט-מלחמה‟, און אַז איך בין געווען צווישן די אָנטיילנעמער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך אַ ביסל געקווענקלט, צו פֿאָרן צי ניט צו פֿאָרן, ווײַל מיר איז שטאַרק דערווידער אַלץ, וואָס דאָרטן קומט איצט פֿאָר. אויף וויפֿל איך ווייס, האָבן זיך טאַקע אַ פּאָר לײַט אָפּגעזאָגט צו קומען; אָבער איך בין פֿון דעסטוועגן געפֿאָרן, און קיין חרטה האָב איך ניט.

קודם-כּל, איז די קאָנפֿערענץ אַליין געווען זייער אַ געראָטענע. עס זײַנען געקומען צו פֿאָרן געלערנטע פֿון אַ היפּש ביסל לענדער — פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע, דײַטשלאַנד, פּוילן, עסטלאַנד, יאַפּאַן, פֿראַנקרײַך און אוקראַיִנע. אויך די היגע, רוסישע, אַקאַדעמיקער האָבן צוגעגרייט רעפֿעראַטן פֿון זייער אַ הויכן ניוואָ. דאָס איז באַזונדערס וויכטיק, ווײַל די ערשטע וועלט־מלחמה האָט ניט געהערט צו די צענטראַלע אַקאַדעמישע און פּובליציסטישע טעמעס אין די סאָוועטישע צײַטן. מע האָט בדרך-כּלל געקוקט אויף דער דאָזיקער מלחמה נאָר ווי אויף דער פֿאָרשפּיל צום באָלשעוויסטישן איבערקערעניש.

די קאָנפֿערענץ האָט אויך געשאַפֿן די מעגלעכקייט זיך צו טרעפֿן מיט פֿרײַנד און קאָלעגן, סײַ די וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער צונויפֿקומעניש, סײַ אַנדערע — פֿון מײַן אַמאָליקן מאָסקווער קרײַז. אַרומגערעדט האָט מען כּלערליי זאַכן, אָבער די טעמע פֿון אוקראַיִנע איז געווען די סאַמע אָנגעווייטיקטע. מע רעדט און מע טראַכט, אין דער אמתן, ניט אַזוי וועגן אוקראַיִנע, ווי וועגן רוסלאַנד, וווּ דער נאַציאָנאַליזם, צי פּינקטלעכער געזאָגט — שאָוויניזם, פֿירט איצט אַ גרויסן שטאַט. מע זעט עס אַפֿילו אויף די מאָסקווער גאַסן. למשל, אין פֿאַרשיידענע ערטער וואַרפֿן זיך אין די אויגן שיינע „רעקלאַמעס‟, אויף וועלכע עס שטייט געשריבן: „מיר האָבן אומגעקערט קרים, לאָמיר אויך אומקערן מאָסקווע אָן פֿאַרקער-פֿאַרפּראָפּונגען‟.

מײַן עראָפּלאַן איז אָנגעקומען קיין מאָסקווע גאַנץ שפּעט אויף דער נאַכט, אָבער מע האָט מיך גלײַך גערופֿן אין עפּעס אַ קנײַפּע, וווּ כ‘האָב זיך באַקענט מיט צוויי אָנגעזעענע רוסישע שרײַבער (איינער איז אַ ייִד, דער צווייטער איז אַ האַלבער ייִד), וועלכע קריטיקירן אָפֿן און זייער שאַרף דעם רעזשים פֿון פּוטינען. פֿון זיי האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט, אַז אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע האָט זיך געשאַפֿן אַ ריי, ווײַל ייִדן ווילן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. מע טענהט, אַז אַזעלכע רייען האָט מען שוין לאַנג ניט געזען, שיִער ניט פֿון דער צײַט, ווען עס האָט זיך צעוואַלגערט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

פֿאַר וואָס לויפֿט מען פֿון רוסלאַנד, אויב די מלחמה גייט ערגעץ אָן אין אוקראַיִנע, בעת מאָסקווע זעט אויס אַזוי רײַך, שיין און לחלוטין ניט מלחמהדיק? מע הערט אַזאַ מיינונג: ביז דעם אוקראַיִנישן קריזיס פֿלעגט מען זיך אײַנרעדן, אַז שולדיק אין אַלע פּראָבלעמען איז פּוטין ווי אויך זײַן סבֿיבֿה, די כּנופֿיא. האָט מען געחלומט, אַז סוף-כּל-סוף, וועט מען פּטור ווערן פֿון אָט דעם אָנשיקעניש, און דעמאָלט וועט דאָס לעבן ווערן ווי אַ לעקעך. אָבער דער קריזיס, מיט דער געוואַלדיקער שטיצע פֿון פּוטינס פּאָליטיק מצד דער באַפֿעלקערונג, האָט בולט געוויזן, אַז די פּראָבלעם איז אַ סך ערנסטער, זי ליגט אין די מוחות פֿונעם פֿאָלק.

דאָס הייסט גאָר ניט, אַז אַלע רוסישע ייִדן זײַנען מענטשן פֿון אַן אַנדער זגאַל — אַלע אַנטי-פּוטיניסטן. איך גלייב, אַז ס‘רובֿ, בפֿרט דער עלטערער עולם, זײַנען דווקא געשטימט רוסיש-שאָוויניסטיש. אָבער דער חלק פֿון אַנטי-פּוטיניסטן איז אפֿשר צווישן די ייִדן גרעסער, ווײַל מע האָט משפּחה-פֿאַרבינדונגען מיטן אויסלאַנד און מע וווינט אין מאָסקווע, און אין אַנדערע צענטראַלע שטעט, וווּ דער פּוטיניזם איז ווייניקער פֿאַרשפּרייט. דערצו זײַנען ניט ווייניק ייִדן באַשעפֿטיקט אין געשעפֿטן, און די עקאָנאָמישע אויסזיכטן זײַנען גאָר ניט פֿון די בעסטע. די סאַנקציעס, זאָל זײַן אַפֿילו גאַנץ סימבאָלישע, שאַפֿן אַ קלימאַט, אין וועלכן ס‘איז שוין שווערער געוואָרן צו בויען און אַנטוויקלען עפּעס אַן אונטערנעמונג.

איך בין שוין געווען אַוועקגעפֿאָרן פֿון מאָסקווע, ווען ס‘איז אַרויסגעשוווּמען אַ נײַער באַווײַז, אַז רוסלאַנד קײַקלט זיך אַלץ טיפֿער צו סטאַליניסטישע פֿאָרמען פֿון שאָוויניזם. די רייד גייט וועגן אומקערן דעם נאָמען פֿון סטאַלינגראַד דער שטאָט, וואָס הייסט הײַנט וואָלגאָגראַד. כאַראַקטעריש, אַז אין יאָר 2002 האָט פּוטין זיך אַרויסגעזאָגט קעגן אַזאַ ענדערונג. דעמאָלט האָט ער אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס „וואָלט אַרויסגערופֿן אַ חשד, אַז מיר קערן זיך אום צו די סטאַליניסטישע צײַטן‟. אָבער ניט לאַנג צוריק האָט ער אַ זאָג געטאָן עפּעס גאָר אַנדערשס, דהײַנו: אַז דאָס מוזן באַשליסן די תּושבֿים פֿון דער שטאָט, און געקלונגען האָט עס אַזוי, גלײַך ווי ער איז שוין ניט געווען קעגן אַזאַ אידעע. פֿרעגט מען איצט אין רוסלאַנד: צי מיינט עס, אַז דאָס לאַנד קערט זיך אום טאַקע אין די סטאַליניסטישע צײַטן?