די מאָדערנע ייִדישע קולטור האָט צװײ מידות, װאָס מען קאָן אָנרופֿן אַן „עטנאָגראַפֿישע‟ און אַ „מעטאַפֿיזישע‟. די ערשטע איז שייך דעם גשמיות פֿונעם רעאַלן פֿאָלקסלעבן מיט אַלע פּישטשעװקעס און איז דורכגעזאַפּט מיט זאַפֿטיקן פֿאָלקלאָר. די צווייטע גיט זיך אָפּ מיט רוחניות, זי באַטראַכט הױכע פֿילאָסאָפֿישע מדרגות און איז אײַנגעװאָרצלט אינעם תּנ״ך, תּלמוד, מדרש, קבלה און חסידות. די בעסטע שרײַבער און קינסטלער, אַזעלכע װי מענדעלע, שלום־עליכם, פּרץ, עגנון, שאַגאַל זײַנען געװען בכּוח אָנצוזעטיקן זײערע װערק מיט די בײדע מידות.
אין דער ליטעראַטור איז אַזאַ מין סינטעטישע פֿאַראײניקונג פֿון גשמיות און רוחניות מעגלעך, װען מען שאַפֿט אױף אַ ייִדישער שפּראַך, װאָס פֿאַרמאָגט די געהעריקע לינגװיסטישע רעסורסן סײַ פֿאַר פּרטימדיקע עטנאָגראַפֿישע שילדערונגען, סײַ פֿאַר טיפֿע מעטאַפֿיזישע חקירות. דװקא דערפֿאַר איז דער באַגריף פֿון אַ ייִדישער קולטור אױף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך פּראָבלעמאַטיש. רוסיש, ענגליש, פּױליש אָדער דײַטש זײַנען, אַװדאי, זײער רײַך אין אױסדריק-מיטלען, נאָר זײערע מעגלעכקײטן פֿאַר באַהאַנדלען ייִדישקײט זײַנען אָרעם. אױסנאַמען טרעפֿן זיך זעלטן, און אײנע פֿון זײ איז די פּיעסע „בערדיטשעװ‟ פֿונעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער פֿרידריך גאָרענשטײן.
גאָרענשטײן איז געבױרן געװאָרן אין קיִעװ אין 1932 און נאָך דער מלחמה איז ער פֿאַרבליבן אַ יתום: זײַן פֿאָטער איז אומגעקומען אין „גולאַג‟, און זײַן מאַמע איז געשטאָרבן אין דער עװאַקואַציע. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין דער משפּחה פֿון זײַן מומע, דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין דנעפּראָפּעטראָװסק, און שפּעטער געלעבט אין מאָסקװע. זײַנע ליטעראַרישע װערק האָט מען כּמעט ניט געדרוקט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און ער האָט פֿאַרדינט אױף אַ שטיקל ברױט מיט שרײַבן סצענאַרן פֿאַר פֿילמען. „בערדיטשעװ‟ איז אַרױס צום ערשטן מאָל אין ישׂראל אין 1975, און ערשט איצט איז די דאָזיקע פּיעסע אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין טעאַטער.
גאָרענשטײן איז געװען אַ בײזער ייִד, און „בערדיטשעװ‟ איז פֿול מיט זידלערײַ און סקאַנדאַלן. עס זײַנען ניטאָ קײן „פּאָזיטיװע‟ פּערסאָנאַזשן. די צענטראַלע פֿיגורן, רחל לוצקאַיאַ (מיטן מײדלישן נאָמען קאַפּצאַן) און איר שװעסטער זלאָטע, רעדן אױף אַ מאָדנער רוסישער שפּראַך, װאָס באַשטײט פֿון ייִדישע זידלװערטער איבערגעזעצט בוכשטעבלעך אױף רוסיש. דערבײַ זײַנען בײדע שװעסטער טראַגישע פּערזענלעכקײטן. זײ האָבן פֿאַרלױרן זײערע קרובֿים בעת דער מלחמה און זײַנען ניט בכּוח גובֿר צו זײַן די פּסיכאָלאָגישע טראַװמע. מען רעדט ניט קײן סך װעגן דעם חורבן, אָבער די דאָזיקע טעמע בלײַבט די צענטראַלע אין דער פּיעסע.
גאָרענשטײן האָט ניט קײן רחמנות אױף זײַנע כאַראַקטערן. זײ זײַנען קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות, און זײער אײנציקע דאגה איז אָפּצוהיטן דאָס װױלזײַן פֿון זײערע משפּחות. „בערדיטשעװ‟ איז אפֿשר דער סאַמע פּינקטלעכער עטנאָגראַפֿישער פּאָרטרעט פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן לעבן אין דער פּראָװינץ, אָבער דאָס איז בלױז אײן צד פֿונעם דאָזיקן װערק. רחל לוצקאַיאַ פֿאַרקערפּערט אין זיך דעם גשמיות־אַספּעקט. און אױף דער רוחניות־זײַט שטײט איר פּלימעניק װיליע, װאָס איז גאָרענשטײן אַלײן.
די האַנדלונג פֿון דער פּיעסע געדױערט דרײַסיק יאָר פֿון 1945 ביז 1975. דאָס איז אַ כראָניק פֿון דער ירידה פֿונעם ייִדישן בערדיטשעװ, װאָס סימבאָליזירט דאָס גאַנצע רוסישע ייִדנטום. צום סוף, קומט װיליע צוריק פֿון מאָסקװע קײן בערדיטשעװ און האַלט אַ דרשה, װאָס איז דער תּמצית פֿונעם מעטאַפֿיזישן אינהאַלט פֿון דער פּיעסע. בערדיטשעװ איז אַ מיאוסע חורבֿה, אָבער דאָס איז דאָס אײנציקע מאַטעריעלע רעשט פֿונעם אַמאָליקן גרױסן און פּרעכטיקן בית־המקדש; און איצט פֿאָרט מען אַריבער פֿון אָט דער חורבֿה אין „מעבלירטע צימערן‟, װוּ עס װעט אָפּשטאַרבן דער לעצטער זכר פֿונעם נאַציאָנאַלן עבֿר.
גאָרענשטײן האָט, אַװדאי, גוט געקענט ייִדיש, אָבער איז מסתּמא ניט געװען באַהאַװנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. צוליב זײַן שטאַרקן קינסטלערישן חוש האָט ער באַװיזן אָנצושרײַבן אַ דראַמאַטיש מײַסטערװערק, װאָס געהערט פֿולשטענדיק צו דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע. אין „בערדיטשעװ‟ הערן זיך אָפּקלאַנגען פֿון עטינגער און אַקסענפֿעלד, פֿון מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ. „בערדיטשעװ‟ האָט אָבער אײן פּראָבלעם, פּונקט װי די דראַמאַטישע װערק פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה: עס איז זײער שװער אױפֿצופֿירן די פּיעסע אױף דער בינע. אין 1975, װען די פּיעסע איז צום ערשטן מאָל אַרױס, האָט מען אַפֿילו ניט געחלומט, אַז עס װעט קומען אַ צײַט, װען אַזאַ מין פּיעסע װעט מען לאָזן שפּילן אין אַ צענטראַלן מאָסקװער טעאַטער.
סוף־כּל־סוף, איז די צײַט געקומען, און דער יונגער רוסישער רעזשיסאָר ניקיטאַ קאָבעלעװ האָט טאַקע אױפֿגעפֿירט „בערדיטשעװ‟ אינעם מאָסקװער מאַיאַקאָװסקי־טעאַטער. דער ספּעקטאַקל האָט אַ סך מעלות: די יונגע אַקטיאָרן שפּילן מיט אַ ברען, די דעקאָראַציעס שפּיגלען אָפּ גענױ די אַטמאָספֿער פֿון יעדן יאָרצענדליק. און מען האָט געפֿונען אַ פּאַסיקן דראַמאַטישן טאָן איבערצוגעבן דעם אינטעלעקטועלן תּמצית פֿון דער דראַמע.
װאָס עס פֿעלט דאָ לגמרי איז דער עטנאָגרפֿישער טעם. די רוסישע אַקטיאָרן זײַנען אױסגעשולט געװאָרן אין דער קלאַסישער טראַדיציע פֿון סטאַניסלאַװסקיס שול. זײער אַרויסרײד איז רײן און קלאָר, להיפּוך צו דעם אַרויסרייד־סטיל פֿון גאָרענשטײנס פּערסאָנאַזשן. דער רעזשיסאָר האָט זיך באַמיט אױסצומײַדן דעם װוּלגאַרן קיטש פֿון נאָכמאַכן דעם „ייִדישן‟ אַקצענט, אָבער עס האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן דעם עפֿעקט פֿון רעאַלן לעבן. הײַנט איז שװער צו געפֿינען אין מאָסקװע מענטשן, װאָס קאָנען רעדן רוסיש מיטן עכטן בערדיטשעװער אַקצענט, אָבער אָן אַזאַ מין אַרױסרײד, אינטאָנאַציע און ריטעם, פֿאַרלירט גאָרענשטײנס טעקסט זײַן טעם. עס בלײַבט אַ קאָפּיע פֿונעם פֿאַרלױרענעם אָריגינאַל — אין פֿולן הסכּם מיט װיליעס טרױעריקער דרשה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.