אַ מעשׂה מיט אַ תּמעװאַטער קו

A Story About a Foolish Cow

Chana Pollack

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 19, 2014, issue of July 04, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מילא, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, מסתּמא האָבן די מענטשן ניט קײן צײַט צו פּאָרען זיך אין די פּראָטאָקאָלן, און אױב די חשובֿע פֿאַרװאַלטונג פֿונעם שרײַבער־פֿאַראײן האַלט, אַז איך בין ניט קײן שרײַבער, װעל איך זיך מיט זײ ניט קריגן. יעדער מענטש האָט רעכט צו האָבן אַ מײנונג. די גאַנצע װעלט װײסט דאָך: האָסטו געלט — ביסטו אַ מאַכער, האָסטו נישט קיין געלט — ביסטו אַ ק־ער. און איך צאָל ניט, הײסט עס, אַז כ’בין ניט קײן שרײַבער, נאָר דאָס צװײטע… אָבער, אַז עמעצער װעט מיר זאָגן, אַז איך בין ניט קײן זשורנאַליסט, דאַן װעל איך שױן אַ טראַכט טאָן, אַז דאָס איז אַ ניט קײן געלונגענער שפּאַס, צי דער „גרױסער מבֿין‟ איז גוט פֿאַר­טשאַדעט, װײַל מע דאַרף זײַן גאַנץ בלינד, ניט זען מײַנע כּסדרדיקע פּוב­לי­קאַציעס אין „פֿאָרװערטס‟.

איך בין פֿון יענע זשורנאַליסטן, װעלכע לײענען ניט נאָר זיך אַלײן, נאָר אױך די מאַטעריאַלן פֿון אַנדערע קאָלעגעס. איז גאָר ניט קײן חידוש, אַז מיך האָבן פֿאַראינטערעסירט די אַרטיקלען פֿון משה לעמסטער און שׂרה־רחל שעכטער װעגן די אומ­קלאָ­רע פֿאַר מיר געשעענישן אינעם שרײַ­בער־פֿאַראײן. האָב איך באַ­שלאָסן אָנצוקוקן „די כּלה‟ מיט מײַנע אײגענע אױגן, און װעגן מײַן באַשלוס האָבן געװוּסט אַלע מיט­גלידער פֿון דער פֿאַרװאַלטונג, אָן אַן אױסנאַם. הקיצור, כ’בין געקומען צו דער אונטערנעמונג אין „לײװיק־הױז‟ מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, נאָר די באַװאָפֿנטע װעכטער האָבן מיך ניט אַרײַנגעלאָזט אינעװײניק. װאָס פּלוצעם? איר שטײט ניט אין דער רשימה! כ’האָב געבעטן בײַ אײנעם פֿון די װעכטער אַרױפֿצוגײן און מעלדן דעם פֿאָרזיצער, דניאל גלאי, אַז עס איז געקומען דער קאָרעס­פּאָנדענט פֿון „פֿאָרװערטס‟ און בעט מע זאָל אים אַרײַנלאָזן. דער װעכ­טער איז אַרױף און געקומען מיט אַן ענט­פֿער, אַז מע האָט אים באַפֿױלן מיך ניט אַרײַנלאָזן.

כ’בין אָפּגעשטאַנען בײַ דער אַרײַנ­גאַנג־טיר אַ האַלבע שעה. דער­װײַל זײַנען אָנגעקומען דרײַ פֿון די פֿינף פֿאַרװאַלטונגס־מיטגלידער. אױך זײ האָבן פּראָבירט מיך מיטצונעמען, אָבער עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס — מיט אַ פּיסטויל שפּילט מען זיך ניט! מילא, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז כ׳בין דער אײנציקער, װעמען מ׳האָט ניט אַרײַנגעלאָזט אין „לײװיק־הױז‟, ס’הײסט, ניט אַרײַנגעלאָזט מיט אַ כּװנה.

איצט פֿרעג איך בײַ די מיטגלי­דער פֿונעם „פֿאַראײן פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ (אױב זײ לײענען דעם „פֿאָר­װערטס‟), אין שפּיץ מיט זײַן פֿאָרזי­צער, צי האָבן זײ אַ מאָל געהערט, אַז עס עקזיסטירט אױף דער װעלט אַזאַ זאַך װי די „גענעװער קאָנװענץ‟, װעל­כע צװישן אַ סך אַנדערע זאַכן רעגולירט אױך די באַציִונגען „זשור­נאַליסט — מדינה‟?… אױב ניט, דאַן װיל איך דערמאָנען די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן, אַז צו פֿאַרװערן אַ װעלכן ניט איז אָפֿיציעלן זשורנאַליסט אױסצופֿילן זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿליכטן װערט פֿאַררעכנט װי אַ קרימינעלער אױפֿטו.

דער שרײַבערין שירע גאָרשמאַן האָט ליב געהאַט צו דערצײלן אַ מעשׂהלע פֿון איר װײַטער יוגנט, װען זי איז געװען אַ מעלקערין אין אַ ייִדישן קאָלװירט אין קרים. צװישן די קי, װעלכע זי האָט מטפּל געװען, איז געװען אַ בהמה מיט אַ צונאָמען „די רױטע‟, און זי פֿלעגט געבן זײער אַ סך מילך, ממש פֿולע עמער. נאָר װאָס?… די רױטע קו האָט געהאַט אַ מיאוסע טבֿע — נאָך דעם, װי שירע האָט זי אױסגעמאָלקן, פֿלעגט די בהמה אַ זעץ טאָן מיט דער קאָפּעטע אין עמער און אים איבערקערן. די צרה איז געװען, אַז מע האָט קײן מאָל ניט געװוּסט, װען די װילדע קו װעט זיך צעבריקעװען, נאָר דער רעזולטאַט איז שטענדיק געװען דער זעלבער. די צרה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט דערצײלט שירע, װען זי איז אײן מאָל אין כּעס געװאָרן אױף דער װילדער קו און אויסגעשריִען: „סטײַטש, דו, אַ תּמעװאַטע בהמה!‟ און די קו האָט אױפֿגעהערט זיך צו בריקעװען. „נאָר װאָס, — האָט פֿאַרסך־הכּלט שירע, — פֿון דעמאָלט אָן בעתן מעלקן די רױטע קו, האָב איך געמוזט איבערחזרן אָן אַן איבעררײַס: אָ, מײַן תּמעװאַטע בהמה, מײַן תּמעװאַטע בהמה…‟ — באמת, משנה נאָמען, משנה װילדע טבֿעס.

אפֿשר איז משה לעמסטער טאַקע גערעכט געװען, װען ער האָט פֿאָר­געלײגט צו בײַטן דעם נאָמען פֿון „לײװיק־הױז‟ אױף מאַלײַס שרײַ­בער־פֿאַראײן?… יעדנפֿאַלס, כּל־זמן עס שטייען דאָרט אויף דער וואַך וועכטער מיט פּיסטוילן, אָנצושרעקן אַ ייִדישן שרײַבער.