(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קיין קאַטאַסטראָפֿאַלן סצענאַר האָבן די דײַטשישע אַנאַליטיקער ניט דערזען פֿאַר קיין לאַנד, כאָטש שוועריקייטן, ערנסטע בתוכם, וועלן בלי־ספֿק זײַן. קיין חידוש ניט, אַז אייראָפּע גרייט זיך שוין איצט בײַצוקומען אַזעלכע פּראָבלעמען. אין דער אמתן, קען די גרעסטע שוועריקייטן דערפֿילן אוקראַיִנע, וואָס איז ניט קיין טייל פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אָבער איז סײַ־ווי־סײַ עקאָנאָמיש און פּאָליטיש ענג פֿאַרבונדן — און די לעצטע צײַט נאָך ענגער — מיט דער פֿאַראייניקונג. אַן ערנסטע צרה פֿון אוקראַיִנע איז די נידעריקע ענערגעטישע עפֿעקטיווקייט פֿון איר עקאָנאָמיע — 10 מאָל נידעריקער ווי אין דײַטשלאַנד. נאָך מיט 15 יאָר צוריק האָבן די דײַטשישע אַנאַליטיקער צוגעגרייט רעקאָמענדאַציעס, ווי אַזוי צו העכערן די ענערגעטישע עפֿעקטיווקייט אין אוקראַיִנע. אָבער עד־היום איז די לאַגע געבליבן כּמעט די זעלבע.
צונויפֿגעפּרעסטער גאַז שטעלט מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די אויסוועגן פֿאַר אייראָפּע. אמת, אַזאַ טראַנספּאָרטירונג פֿון גאַז מאַכט אים טײַערער. אָבער אַ לאַנד, וואָס האָט טעכנישע מעגלעכקייטן פֿאַר אַזאַ ברירה, קען זיך דינגען מיט רוסלאַנד, פֿאָדערן אַ בעסערן פּרײַז. ליטע, אַ שטייגער, האָט נאָר אָנגעהויבן צו בויען אַ פּאָרט־טערמינאַל, כּדי צו אימפּאָרטירן אַ צונויפֿגעפּרעסטן גאַז, ווי רוסלאַנד איז שוין באַלד מסכּים געווען, אַז ליטע זאָל באַקומען אַ הנחה. עפּעס אַ ראָליע, אפֿשר אַפֿילו אַ ממשותדיקע, אין דער גאַז־מעשׂה וועט, אַ פּנים, שפּילן אויך אַמעריקע, וואָס גרייט איצט, אָדער רעדט וועגן גרייטן, אַ מעכטיקע אינפֿראַ־סטרוקטור פֿאַר אַזאַ עקספּאָרט.
ס׳איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז ישׂראל וועט אויך ווערן אַ פֿאַקטאָר אין דעם אייראָפּעיִשן גאַז־מאַרק. לעצטנס, הערט מען וועגן די פּלענער פֿון עקספּאָרטירן גאַז פֿון ישׂראל קיין גריכנלאַנד, און פֿון דאָרטן קיין בולגאַריע. דערווײַל זײַנען עס נאָר פּלענער, וועלכע קענען רעאַליזירט ווערן, אין בעסטן פֿאַל, אין עטלעכע יאָר אַרום. דעם ישׂראלדיקן גאַז דאַרף מען נאָך אויפֿהייבן פֿון אונטערן ים־דנאָ, אָבער די רעגירונג האָט שוין באַשלאָסן, אַז 40 פּראָצענט פֿונעם דאָזיקן גאַז וועט מען עקספּאָרטירן, וואָס קען ברענגען דער מלוכה אַ הכנסה פֿון 60 ביליאָן דאָלאַר.
אין בולגאַריע האָט דער גאַז־ענין געשאַפֿן אַ שאַרפֿן קריזיס. די זאַך איז, אַז רוסלאַנד וויל בויען אַ „דרום־שטראָם‟, כּדי צו ברענגען דעם רוסישן גאַז־עקספּאָרט דירעקט, ניט דורך אוקראַיִנע, אין די לענדער פֿון דרום־אייראָפּע. די געשעענישן אין אוקראַיִנע האָבן געביטן די באַציִונג פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג צו דעם דאָזיקן פּלאַן. ווי אַ פּועל-יוצא, וועט אָט-אָט פֿאַלן די איצטיקע בולגאַרישע רעגירונג, וועלכע שטיצט דעם „דרום־שטראָם‟, און דאָס לאַנד וועט האָבן נײַע פּאַרלאַמענט־וואַלן אין סעפּטעמבער צי אָקטאָבער.
גאָר ערנסט איז דער מצבֿ אין אוקראַיִנע גופֿא. רוסלאַנד מאָנט פֿון דער „ברידערלעכער מלוכה‟ משוגענע פּרײַזן, און אוקראַיִנע זאָגט זיך אָפּ זיי צו צאָלן. קיין אונטערהאַנדלונגען, מיטן אָנטייל פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, האָבן דערווײַל קיין פּעולה ניט געהאַט, און דער ענין וועט באַטראַכט ווערן אין דעם שטאָקהאָלמער אַרביטראַלן געריכט, וואָס האָט אַ יאָרנלאַנגן שם פֿון אַ נייטראַלער, יושרדיקער אינסטיטוציע, וועלכע האָט, אַ שטייגער, אַפֿילו אין די צײַטן פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟ באַטראַכט די סאָוועטיש-אַמעריקאַנער מחלוקתן.
בינו־לבינו, האָט רוסלאַנד אויפֿגעהערט צו עקספּאָרטירן גאַז אין אוקראַיִנע. אָבער דער טראַנזיט פֿון גאַז דורך אוקראַיִנע קיין אייראָפּע האָט זיך דערווײַל ניט אָפּגעשטעלט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איינע פֿון די רערלייטונגען איז אין אוקראַיִנע אויפֿגעריסן געוואָרן, אַ פּנים, דורך רוסישע צי פּראָ־רוסישע דיווערסאַנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.