מיט זעכציק יאָר צוריק האָט מײַן טאַטע באַקומען אַ גרויסאַרטיקע (לויט די מאָסן פֿון יענער צײַט) דירה אין איינעם פֿון די צוויי ערשטע (אַזש אַכט־שטאָקיקע!) „וואָלקן־קראַצערס‟ אין מײַן היימשטאָט זאַפּאָראָזשיע, מיט אַ ווינדע און אַ מיסטלייטונג. אמת, די דאָזיקע מיסטלייטונג, מיט אַ טירל אין דער קיך, איז געוואָרן אַ באַליבט אָרט פֿאַר מײַז, אַזוי אַז מע האָט געמוזט האַלטן אויך אַ קאַץ, וואָס איז שוין געווען צו פֿיל פֿאַר אונדזער אַזוי אויך גרויסער משפּחה. ווי מע זאָל עס הײַנט ניט באַטראַכטן, איז עס דעמאָלט געווען אַ מאָדערנע דירה, און די קרובֿים פֿלעגן קומען צו אונדז זיך באָדן אין דער וואַנע, מיטן הייסן וואַסער, וואָס האָט גערונען פֿון אַ קראַן.
אָבער ניט געקוקט אויף אָט די אַלע גליקן פֿון דער מאָדערנער ציוויליזאַציע, איז אין דער קיך געשטאַנען אַן אויוון, ממש ווי אין אַ דאָרפֿישער שטוב, און אין דעם קעלער פֿונעם בנין האָט יעדע דירה געהאַט אַ קליינעם סקלאַד צו האַלטן קוילן פֿאַר דעם דאָזיקן אויוון. איך געדענק ניט, ווי מיר זײַנען אַריבערגעפֿאָרן אין דער דירה, ווײַל כ׳בין דעמאָלט געווען אין גאַנצן צוויי יאָר אַלט. אָבער בײַ מיר זײַנען פֿאַרבליבן גאַנץ קלאָרע זכרונות פֿון דעם טאָג, ווען עס זײַנען געקומען אַ פּאָר אַרבעטער, וואָס האָבן צעוואַלגערט דעם אויוון און געשטעלט אויף זײַן אָרט אַ גאַז־פּליטע. פֿון דעמאָלט אָן איז גאַז קיין מאָל ניט אַרויס פֿון מײַן לעבן. (גלײַך ווי צו אילוסטרירן דעם פֿאַקט, אַז גאַז פֿאַרנעמט אַן אָרט אין אונדזער לעבן, האָט מײַן ווײַב מיר אָנגעקלונגען פֿון דער אַרבעט, פּונקט ווען איך האָב געהאַט פֿאַרענדיקט שרײַבן דעם ערשטן פּאַראַגראַף פֿון דעם אַרטיקל, און געגעבן אַ קאָמאַנדע: ס‘איז געקומען די צײַט אַראָפּצונעמען די חודש־אָנגאַבן פֿונעם גאַז־ציילער.)
אָט אַזוי לעבן מיר זיך און טראַכטן בדרך־כּלל אַפֿילו ניט, פֿון וואַנען עס נעמט זיך דער דאָזיקער גאַז. אין אייראָפּע אָבער איז הײַנט אַנדערש. דאָס וואָרט „גאַז‟ איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דעם טעג־טעגלעכן דיסקורס; ס׳איז אויף דער צונג פֿון דער מעדיאַ די גאַנצע צײַט. ס‘איז געוואָרן אַ וויכטיקער ענין — סײַ עקאָנאָמיש און סײַ פּאָליטיש. בערך 30 פּראָצענט פֿון דעם גאַז, וואָס ווערט פֿאַרברענט אין די אייראָפּעיִשע וווינונגען און אונטערנעמונגען, קומט אָן פֿון רוסלאַנד, און אַ העלפֿט פֿון דעם דאָזיקן שטראָם דערגרייכט די אייראָפּעיִשע לענדער דורך אוקראַיִנע. די דאָזיקע צוויי אויפֿרײַס־געפֿערלעכע פֿאַקטאָרן צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע שאַפֿן אַ שטענדיקן קאָפּווייטיק, פֿאָדערן צו טראַכטן, צי מע קען און ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אָן דעם רוסישן גאַז.
דער דײַטשישער אינסטיטוט פֿאַר עקאָנאָמישע פֿאָרשונגען (DIW) האָט לעצטנס אַנאַליזירט דעם מצבֿ, וואָס קען זיך שאַפֿן, טאָמער דער גאַז־שטראָם פֿון רוסלאַנד וועט זיך איבעררײַסן. מע האָט גענומען צוויי סצענאַרן: עס ווערט איבערגעריסן דער שטראָם, וואָס גייט דורך אוקראַיִנע, און עס ווערן איבערגעריסן אויך די רערן־ליניעס, דורכגעלייגט אין ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך אויפֿן דנאָ פֿון דעם באַלטישן ים — דער אַזוי־גערופֿענער „צפֿון־שטראָם‟. דײַטשלאַנד, וואָס איז איצט אויף 38 פּראָצענט אָפּהענגיק פֿון דעם רוסישן גאַז, קריגט עס, דער עיקר, פֿון דעם „צפֿון־שטראָם‟, בעת די באַלטישע לענדער, פֿינלאַנד, סלאָוואַקײַ, טשעכיע און עסטרײַך זײַנען אויף 100 צי כּמעט 100 פּראָצענט אָפּהענגיק פֿון דעם רוסישן גאַז און באַקומען אים אין אַ סך פֿאַלן דורך אוקראַיִנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.