אַחוץ אַ פּאָר פֿאַרבליבענע געשעפֿטן, שילן און נאָסטאַלגישע רעסטאָראַנען איז פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער „לאָוער איסט סײַד‟ כּמעט קיין זכר ניט געבליבן, בפֿרט ווען מע רעדט פֿון יענעם טייל, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט דער כינעזישער קוואַרטאַל „טשײַנאַטאַון‟.
להיפּוך צו ס׳רובֿ ערטער פֿונעם אַמאָליקן „לאָוער איסט סײַד‟, ווי „איסט־ווילידזש‟ און „נאָליטאַ‟, וואָס זענען לעצטנס געוואָרן רײַכע געגנטן, איז דאָס גרויסע „כינעזיש שטעטל‟ נאָך אַלץ אַן עכט־אימיגראַנטישע געגנט פֿון אַרבעטער־מאַסן, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז געווען מיט 120 יאָר צוריק. דער אונטערשייד באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אַנשטאָט ייִדיש הערט מען דאָ כינעזיש, און אַנשטאָט קרעפּלעך עסט מען „וואָנטאָנס‟.
גאָר זעלטן הערט מען טאַקע הײַנט אַ ייִדיש וואָרט אין דער געגנט, שוין אָפּגערעדט פֿון קלעזמער־מוזיק. אָבער דעם 8טן יוני, פֿאַר דער היסטאָרישער „עלדרידזש־סריט שיל‟ האָט מען טאַקע געשפּילט קלעזמער־מוזיק, געזונגען אויף ייִדיש, געמאַכט קרעפּלעך און געלערנט ווי אַזוי צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט. די סיבה דערפֿאַר איז געווען אַן אוניקאַלער פֿעסטיוואַל מיטן נאָמען Egg Rolls & Egg Creams („אייער־ראָלקעס‟ און „אייער־קרעמס‟), וואָס שמעלצט צונויף די כינעזישע און ייִדישע קולטורן. דער פֿעסטיוואַל, וואָס מע פֿײַערט שוין 14 יאָר, איז סײַ אַ פֿאַרווײַלערישער, סײַ אַ דידאַקטישער; דאָס הייסט, דער פֿעסטיוואַל מיינט, אַז מענטשן זאָלן ניט בלויז געניסן פֿונעם עסן און מוזיק, נאָר אויך, זיי זאָלן זיך דערוויסן מער וועגן די ייִדישע און כינעזישע קולטורן און וועגן דער געשיכטע פֿון דער געגנט.
דער פֿעסטיוואַל האָט איבערגענומען אַ גאַנצן קוואַרטאַל פֿון עלדרידזש־גאַס צווישן קאַנאַל און דיוויזשין. אויף דער גאַס האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ טוץ בודקעס, וווּ מע האָט געלערנט, ווי אַזוי צו זײַערן אוגערקעס, סײַ אויף אַ ייִדישן, סײַ אַ כינעזישן שטייגער; ווי אַזוי צו מאַכן ייִדישע און כינעזישע קרעפּלעך; פֿאַרקויפֿט „אייער־ראָלקעס‟ און „אייער־קרעמס‟ (אַ מין געטראַנק), באַצירטע יאַרמולקעס, און געלערנט ווי אַזוי צו מאַכן פּאַפּירענע פֿאָכערס. אויף עלדרידזש־גאַס, גלײַך פֿאַר דיוויזשין־גאַס, האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ בינע, וווּ אַ טייל פֿון די קאָנצערטן זענען פֿאָרגעקומען.
ווען איך בין אָנגעקומען, האָט די „מעטראָפּאָליטאַן־קלעזמער‟־קאַפּעליע געהאַלטן אין שפּילן אַ „טערקיש‟ שטיקעלע פֿאַראַ פֿאַרשיידנאַרטיקן עולם פֿון אַ פּאָר הונדערט מענטשן, וואָס האָבן גערעדט צווישן זיך אויף אַ געמיש פֿון כינעזיש, ענגליש און שפּאַניש. אין דער זעלביקער צײַט, וואָס סטיוו ווײַנטרויב האָט געלערנט אַ בפֿירוש־טאַלאַנטירטן מיטל־יעריקן כינעזישן מאַן ווי צו טאַנצן מיט אַ נאָזטיכל, אויף אַ ייִדישן שטייגער, האָב איך צעפֿעליק אונטערגעהערט ווי דרײַ מענער, וואָס אַרבעטן אין אַ דערבײַיִקן געשעפֿט, רעדן אויף שפּאַניש וועגן דער מוזיק.
„ס׳איז דאָך ישׂראליש‟ - האָט איינער געזאָגט.
„נײן, ס׳איז קלעזמער, אין גאַנצן אַן אַנדער מעשׂה, דורכאויס אַן אייראָפּעיִשע טראַדיציע‟ - האָט געזאָגט דער צווייטער.
„נו‟, האָט געזאָגט דער דריטער. „ס׳איז אַ שיינע מוזיק צום טאַנצן‟.
נאָך דעם וואָס איוו סיקולאַר און איר קאַפּעליע האָבן אויפֿגעהערט שפּילן, איז אַרויסגעקומען אויף דער בינע די „איסט־ריווער קאַפּעליע‟, וואָס האָט געשפּילט טראַדיציאָנעלע כינעזישע מוזיק פֿונעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון לאַנד. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז כאָטש די מוזיק איז געווען אין גאַנצן אַנדערש, געהערט איין אינסטרומענט צו ביידע מוזיקאַלישע טראַדיציעס: דער כינעזישער „יאַנגקין‟ איז גאָר ענלעך צום ייִדישן צימבל אָדער האַקברעטל. אין דער כינעזישער מוזיק שפּילט מען עטלעכע אַזעלכע „יאַנגקינס‟ מיט איין מאָל, איינער ווי דער סאָליִסט, און דער אַנדערער באַגלייט אים מיט פֿאַרשידענע האַרמאָניעס. זשולי טיי, איינער פֿון די „יאַנגקין‟־שפּילער האָט דערקלערט דעם עולם, אַז אַזוי ווי די קלעזמער־מוזיק האָט זיך אַ סך געביטן אין אַמעריקע צוליב די מוזיקאַלישע השפּעות פֿון אַנדערע קולטורן, אַזוי אויך האָט זיך אַמעריקאַניזירט די ניו־יאָריקער כינעזישע מוזיק.
בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער שיל האָט מען געפֿירט וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער און כינעזישער קולטור. אינעם פֿאָיע זענען אויך צוזאַמענגעשטעלט געווען ענלעכע קולטורעלע פֿענאָמענען: דער טיש, וווּ אָדם ווײַטמאַן האָט געלערנט ייִדישע פּאַפּירן־אויסשניט, איז געשטאַנען גלײַך לעבן דעם טיש, וווּ אַה לין פֿונג האָט געלערנט די כינעזישע פֿאָלקס־קונסט פֿון פֿאַלדעווען פּאַפּיר. אויפֿן זעלביקן אופֿן האָט מען בײַם אַרײַנגאַנג פֿון בית־מדרש געשטעלט צוויי סופֿרים בײַם זעלביקן טיש: איינער, הרבֿ זעליג מאַנדל האָט געשריבן די נעמען פֿון די געסט אויף לשון־קודש, און דער צווייטער, גואַן זי יואַן, האָט געפֿאַרבט זייערע נעמען אויף כינעזיש מיט אַ טינט־פּענדזל. אויף אַן ענלעכן אופֿן האָט מאַרק זומערשטיין געלערנט ייִדיש אינעם זעלביקן טייל פֿונעם שילס קעלער, וווּ זשוליאַ גואָ האָט געלערנט כינעזיש.
פֿון דעם מקום־קודש האָט דער חזן עריק פֿרימאַן, דער וויצע־דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער מוזיק־שול בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ אויפֿן נאָמען פֿון פֿיליפּ און שׂרה בעלץ גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון חזנות. ער האָט דערקלערט דעם עולם, אַז „די כינעזישע און ייִדישע קולטורן האָבן אַ סך מער בשותּפֿותדיקע עלעמענטן, ווי בלויז אייער־ראָלקעס און אייער־קרעמס‟. דערצו האָט ער געדאַוונט לויט די דײַטשישע, ליטווישע, פּוילישע און ספֿרדישע נוסחאָות און באַוויזן, ווי אַזוי די אַזיאַטישע מוזיק האָט באאַײַנפֿלוסט די ספֿרדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, און די ציגײַנערישע מוזיק האָט באַווירקט די אַשכּנזישע און מערבֿ־אייראָפּעיִשע, וואָס האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה אויף דער דײַטשישער מוזיקאַלישער קולטור.
צוריק אין דרויסן נאָכן צוהערן זיך צו עריק פֿרימאַנס חזנות האָב איך גענאָסן פֿון די געשמאַקע „אייער־ראָלקעס‟ און „אייער־קרעמס‟. די ביידע משמעות־טראַדיציאָנעלע מאכלים זענען באמת פּערפֿעקטע סימבאָלן פֿאַרן פֿעסטיוואַל, ניט בלויז צוליב דעם, וואָס זיי פּאַסן זיך גוט צוזאַמען און ביידע נעמען הייבן זיך אָן מיט „אייער‟, נאָר ווײַל זיי האָבן אינטערעסאַנטע און ענלעכע קולטורעלע געשיכטעס. אַזוי ווי דער פֿעסטיוואַל האָט באַהאַנדלט ניט בלויז די טראַדיציאָנעלע ייִדישע און כינעזישע קולטורן, נאָר אויך ווי אַזוי די צוויי גרופּעס האָבן זיך אַמעריקאַניזירט, איז טשיקאַווע צו וויסן, אַז צוויי „טראַדיציאָנעלע‟ מאכלים האָט מען אויסגעטראַכט דווקא אין אַמעריקע. די „אייער־ראָלקעס‟ שטאַמען, אַ פּנים, פֿון די כינעזישע אימיגראַנטן אין סאַן־פֿראַנציקסאָ, און דער באַקאַנטער „ייִדישער‟ געטראַנק האָט מען צום ערשט געמאַכט אין ניו־יאָרק. נאָָך אַן ענלעכקייט צווישן די צוויי נאַשערײַען: ביידע פֿאַרמאָגן בכלל ניט קיין אייער. קען מען זאָגן, אַז פֿאַר ביידע גרופּעס דינט זייער אייגן „אייער־מאכל‟ ווי אַ סימבאָלישע קולטורעלע אַדאַפּטאַציע צו אַמעריקע. ווי עס פֿירט זיך אָבער בײַ אימיגראַנטן, האָבן ס׳רובֿ כינעזער און ייִדן אין אַמעריקע פֿאַרגעסן, אַז מע האָט די דאָזיקע מאכלים דווקא ניט געגעסן אין דער אַלטער היים. און אַזוי גייט טאַקע אָן ווײַטער דער פּראָצעס פֿונעם „אויסגרינען זיך‟ בײַ אונדז אין אַמעריקע: מע שאַפֿט אייגענע טראַדיציעס אויף דער אַמעריקאַנער ערד אין דער זעלביקער צײַט, וואָס אונדזערע אייגענע טראַדיציעס הייבן אָן צו טראָגן אַן אַמעריקאַנער כאַראַקטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.