אַ מאָל האָט טאָלסטוי געקענט אָנשרײַבן זײַן „מלחמה און שלום‟ (אַ ראָמאַן פֿון איבער 500,000 ווערטער), אָדער פּרוסט — זײַן „זוכעניש נאָך דער פֿאַרלוירענער צײַט‟ (איבער 1.2 מיליאָן ווערטער), און ביידע האָבן געוויס געמיינט, אַז מע וועט זייערע ביכער טאַקע לייענען. דעמאָלט האָבן די אַריסטאָקראַטיע, די גרויס־בורזשואַזיע און אַנדערע בטלנים נאָך געהאַט צײַט צו גיין אויף געיעג נאָך פֿוקסן, צו טרינקען טיי שעהען לאַנג, און צו לייענען לאַנגע ראָמאַנען. אָבער אין דער מאָדערנער וועלט, ווען אַ סך מענטשן האָבן דרײַ שטעלעס, פֿיר פּראָיעקטן און פֿינף קינדער, און זײַנען ביז איבער די אויערן פֿאַרנומען מיט אַרבעט, משפּחה, טעלעוויזיע, „פֿייסבוק‟ אאַז״וו — קען מען זיך דען פֿאַרגינען צו נעמען אַ לענגערע וואַקאַציע, כּדי צו לייענען איין בוך?!
פֿאַרן הײַנטיקן לייענער דאַרף אַ בוך זײַן קורץ און שאַרף, אָן קיין לאַנגע פּייזאַזשן און באַשרײַבונגען — געפּרעסט, אָן איבעריקע ווערטער; און די קאַפּיטלעך דאַרפֿן זײַן גענוג קורץ, מע זאָל זיי קענען ענדיקן בשעתן פֿאָרן אַהין און צוריק פֿון דער אַרבעט. אויב דער טעקסט האָט מער ווי 140 אותיות, מער ווי אַ „טוויטער‟־אָנזאָג, איז ער מסתּמא צו לאַנג. דער חשובֿער לייענער, אויב ער האָט געלייענט דעם דאָזיקן אַרטיקל ביז אַהער, איז דאָס אַליין אַ סימן, אַז ער איז אויך ניט זייער מאָדערן. מסתּמא געהערט ער ניט צום ייִנגערן דור, וואָס איז אויסגעוואַקסן מיט אַן „אײַ־פֿאָן‟ אין דער האַנט; פֿאַרקערט — ער איז אַ מין קולטורעלער דינאָזאַווער, אַן איבערגעבליבענער פֿון דער פֿריִערדיקער אײַזצײַט. און אויב ער לייענט ייִדיש, איז ער אפֿשר נאָך עלטער.
צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות זײַנען כּמעט אַלע פֿאַרלאַגן און רעדאַקציעס פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿראַגע: ווער איז דער נײַער לייענער און וואָס וויל ער? (ווײַל די וואָס האָבן זיך ניט גערעכנט מיט דער פֿראַגע, האָבן שוין פֿאַרמאַכט זייערע טירן.) דער מצבֿ איז געוואָרן שווערער פֿאַר זיי, ווײַל דער עולם לייענט הײַנט ווייניקער ביכער בכלל: דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער לייענט נאָר 4 ביכער אַ יאָר, און אַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג — אַפֿילו איינס אויך ניט.
ספּעציעל געליטן האָט די שיינע ליטעראַטור, די בעלעטריסטיק, אין אַ גרויסער מאָס, צוליב די מענער. צווישן די הײַנטיקע לייענער פֿון דער ליטעראַטור (כאָטש אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט) זײַנען מענער בלויז 20%. ס’איז אמת, אַז מענער לייענען מער פֿון אַנדערע זשאַנערס, למשל, געשיכטע אָדער עקאָנאָמיע, אָבער די קולטור פֿון לייענען ליטעראַטור איז שוין זינט דעם 19טן יאָרהונדערט געוואָרן „ווײַבעריש‟. די טויזנטער לייענקרײַזן („ביכער־קלובן‟) איבער גאַנץ אַמעריקע באַשטייען כּמעט נאָר פֿון פֿרויען, לויט איין אָפּשאַצונג — אַן ערך 5 מיליאָן פֿרויען!
פֿאַראַן טעאָריעס, פֿאַר וואָס מענער לייענען אַזוי ווייניק ליטעראַטור. קען זײַן, אַז די מענערישע פּסיכאָלאָגיע באַגרענעצט זייער פֿעיִקייט הנאָה צו האָבן פֿון די ראָמאַנען און דערציילונגען, ווײַל לויט פֿאַרשיידענע פֿאָרשונגען, ווײַזן מענער אַרויס ווייניקער מיטגעפֿיל און בכלל ווייניקער עמאָציעס ווי פֿרויען; דער לייענער דאַרף דאָך קענען מיטפֿילן מיט די העלדן פֿון דער מעשׂה. ס׳איז אויך מעגלעך, אַז דער אונטערשייד נעמט זיך דערפֿון, וואָס די מיידלעך זײַנען רויִקער שוין קינדווײַז, בשעת ס’רובֿ ייִנגלעך זיצן אויף שפּילקעס און האָבן ניט קיין געדולד פֿאַר די ביכער. ווען זיי וואַקסן אויס, רעדן די פֿרויען אויך מיט מער ווערטער, מיט אַ גרעסערן וואָקאַבולאַר ווי די מענער. ווי עס זאָגט דאָס ווערטל: אַ ייִדענע האָט נײַן מאָס רייד.
ס׳וואָלט געווען טשיקאַווע אויסצופֿאָרשן, ווי ווײַט די ייִדישע (און ייִדיש־) לייענערשאַפֿט שפּיגלט אָפּ די אַלגעמיינע טענדענץ. בכלל לייענען ייִדן מער ביכער ווי ניט־ייִדן; מיר זײַנען דאָך דער עם־הספֿר. אָבער בײַ די פֿרומע ייִדן ווערט ליטעראַטור פֿאַררעכנט פֿאַר ביטול־תּורה און נאָר די פֿרויען מעגן זיך פֿאַרגינען, ווײַל בײַ זיי איז לערנען תּורה ניט קיין בפֿירושע הלכה. דעריבער קען מען רעכענען, אַז דער פּראָצענט לייענערינס איז בײַ זיי מסתּמא נאָך העכער ווי 80% (כאָטש אויף ענגליש).
מיט ייִדיש איז דער מצבֿ מער קאָמפּליצירט, ווײַל בײַ די חסידים איז עס אין אַ געוויסער מאָס געוואָרן אַ „טאַטע־לשון‟. בדרך־כּלל, קענען די חסידישע פֿרויען בעסער ענגליש ווי זייערע מענער, לייענען זיי אויך מער ענגלישע ביכער. די נײַע ראָמאַנען אויף ייִדיש, וואָס מען פֿאַרקויפֿט אין די ספֿרים־געשעפֿטן, זעען אויס בפֿירוש ווי אַ מענער־ליטעראַטור: מעשׂיות פֿון צדיקים, וועגן דער מלחמה, „שפּאַנענדע ערציילונגען‟ וועגן שפּיאָנען אאַז”וו. אַ סבֿרא, אַז ס’רובֿ חסידים לייענען זיי ניט, אָבער ווער יאָ — איז מסתּמא נאָר מענער.
פֿון דעסטוועגן, קען מען באַטראַכטן די פֿרויען ווי אַ גרויסע פּאָטענציעלע לייענערשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, ווען עס זאָל נאָר זײַן וואָס צו לייענען, וואָס אַפּעלירט צו זיי. סוף־כּל־סוף, זײַנען די אַמאָליקע שונד־ראָמאַנען (פֿון אײַזיק־מאיר דיק, שמ”ר אאַז”וו), געשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿרויען, געווען די ערשטע ייִדישע מאַסן־ליטעראַטור. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַרויסצוגעבן מער ביכער און זשורנאַלן מיט אַ שטאַרקערן פֿרוייִשן כאַראַקטער: וועגן באַציִונגען, וועגן געזונט און עסן, מאָדע און שיינקייט, געפֿילן און משפּחה־קאָנפֿליקטן. דער פֿאַקט, אַז בלויז 3 פֿון די 15 קאָלומניסטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ זײַנען פֿרויען, איז אַליין אַ סימן פֿון דער פּראָבלעם.
אַז מע פֿרעגט מענטשן, וואָסער מין נײַעס אינטערעסירט זיי, ענטפֿערן זיי אין דעם סדר: וועטער (איבער 50%), פֿאַרברעכערישקייט, קהילה, ספּאָרט (35%), געזונט, פּאָליטיק, טעכנאָלאָגיע, געשעפֿט, און נאָר צום סוף קומען אינטערנאַציאָנאַלע ענינים און פֿאַרווײַלונג (15%). נו, אויף ייִדיש שרײַבט מען כּמעט גאָרניט וועגן די פּאָפּולערסטע טעמעס, ווי וועטער, פֿאַרברעכערישקייט אָדער ספּאָרט, אָבער אָן אַ שיעור אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס און וועגן קונסט און קולטור, וואָס פֿאַראינטערעסירן נאָר אַ רעלאַטיוו קליינעם חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג.
ס׳איז, אַוודאי, פֿאַראַן אַ סתּירה צווישן די אינטערעסן פֿון די לייענער און די אינטערעסן פֿון די שרײַבער, וואָס זײַנען אָפֿט אַקאַדעמיקער אָדער קולטור־טוער, פֿאַרליבטע אין פּאָליטישע און קולטורעלע טעמעס. ווער צווישן זיי קען שרײַבן וועגן אַ בייסבאָל־שפּיל, אַז ער האָט זינט 20 אָדער 40 יאָר ניט געהאַלטן קיין באַל אין דער האַנט? אָדער וועגן געפֿילן, ווען אַליין האָט ער בעסער ליב קעץ? כּדי עמעצער זאָל שרײַבן וועגן די אמת פּאָפּולערע טעמעס, דאַרף מען, קודם־כּל, אויסשולן אַ נײַעם דור ייִדישע שרײַבער — דער עיקר: שרײַבערינס — וואָס שפּיגלען בעסער אָפּ דאָס לעבן פֿונעם ברייטן אולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.