(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די באַוועגונג פֿון „פּאַמעלעך עסנדיקע‟ לײַט כאַפּט אַרום בערך 100 טויזנט נפֿשות אין צענדליקער מדינות. דער אוניווערסיטעט פֿון גאַסטראָנאָמישע וויסנשאַפֿטן האָט פֿיר הונדערט סטודענטן, אויך פֿון אַ סך לענדער. אַגבֿ, קיין קוכערס גרייט מען דאָרטן ניט; מע שולט אויס מענטשן, וואָס אָרגאַניזירן דעם פּראָצעס פֿון צוגרייטן די אַכילה. איך הייב ניט אָן צו וויסן, וועלכע לימודים גייען אַרײַן אין זייער פּראָגראַם. די איינציקע זאַך ווייס איך, אַז זיי לערנען געשיכטע, ווײַל די קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט דער היגער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע, סימאָנע טשינאָטאָ, צוזאַמען מיט מײַן קאָלעגע פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָר חסיה דײַנער. די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען „די גלאָבאַלע געשיכטע פֿון ייִדישן עסן‟.
איך מוז מודה זײַן זיך, אַז בײַם אָנהייב האָב איך זיך ניט זייער ערנסט באַצויזן צו דעם דאָזיקן ענין. וואָס קען שוין זײַן אַזוי וויסנשאַפֿטלעך אין דעם עסן? מע קאָכט אָפּ, מע עסט אויף — און שוין. אָבער בײַם צוגרייטן זיך און בײַם באַטייליקן זיך אין דער ביז גאָר געראָטענער קאָנפֿערענץ האָב איך ביסלעכווײַז געביטן מײַן באַציִונג צו דער דאָזיקער פֿראַגע. איצט בין איך זיכער, אַז אויף אַזאַ אופֿן, „דורך די קישקעס‟, אַזוי צו זאָגן, קען מען באַקומען אַ בולט בילד פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר — אָדער, היסטאָריש, איז פֿאָרגעקומען — אין ייִדישן לעבן. אַ סימן האָט איר: ס׳איז געווען אַזוי אינטערעסאַנט, אַז אַפֿילו נאָך אַ געשמאַקן לאָנטש, מיט ווײַן, פֿאַרשטייט זיך, האָט זיך מיר לחלוטין ניט געוואָלט שלאָפֿן בעת די רעפֿעראַטן, אָפּגעהאַלטן אין דער צווייטער העלפֿט טאָג.
אַ שוחטס אַן אייניקל און אַן אוראייניקל פֿון אַ רבֿ, וואָס האָט אָנגעשריבן ספֿרים מכּוח שחיטה, האָב איך גערעדט וועגן דבֿר-אַחרס, פּינקטלעכער — וועגן דעם, ווי אַזוי ייִדן, בפֿרט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זײַנען פֿאַרטאָן געוואָרן אין אויפֿהאָדעווען חזירים. און ווי מע האָט אָנגעהויבן אַזאַ פֿלייש, ווי אויך קרוליקעס — צו עסן. אין דער אמתן, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַ טעמע, וואָס איז ברייט אין איר פֿאַרנעם, געאָגראַפֿיע און כראָנאָלאָגיע. אַ טעמע אויף אַ בוך, וואָס איך וועל אפֿשר קיין מאָל ניט אָנשרײַבן. אָבער אַ קאַפּיטל פֿאַרן בוך, וואָס וועט, אים-ירצה-השם, אַרויסקומען ווי אַ פּראָדוקט פֿון אָט דער קאָנפֿערענץ, בין איך גרייט צו שרײַבן. בפֿרט נאָך, אַז די ייִדישע ליטעראַטור גיט גענוג סחורה פֿאַר אַזאַ פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.