די דרײַ פּערזענלעכקייטן, וועגן וועלכע איך וויל רעדן, זענען בלויז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע; באַקאַנט זײַנען זיי געוואָרן אין אַנדערע לענדער, ווײַט פֿון דעם זוניקן דרום־קאַנט; און דאָך, זענען זיי אונדזערע, מיט וועלכע מיר, די בעסאַראַבער ייִדן, קאָנען שטאָלצירן…
דער ערשטער, גערשענזאָן מיכאַיִל אָסיפּאָוויטש, איז געווען אַ רעליגיעזער אידעאַליסט. געבוירן געוואָרן איז ער אין קעשענעוו, אין 1869. דאָ געלערנט זיך אין חדר, פֿאַרענדיקט אַ גימנאַזיע און שפּעטער — דעם בערלינער און מאָסקווער אוניווערסיטעט. גערשענזאָן איז געוואָרן אַ באַוווּסטער ליטעראַטור־פֿאָרשער אין געביט פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. כאָטש גערשענזאָן איז געווען אַסימילירט אין דער רוסישער קולטור, האָט ער זיך קיין מאָל ניט אָפּגעזאָגט פֿון זײַן ייִדישקייט, זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער קולטור און מיט די פּראָבלעמען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי וויכטיקע קריטישע און פֿילאָסאָפֿישע ביכער וועגן רוסישע שרײַבער, רוסישער ליטעראַטור, וועגן דער מאָסקווער רוסישער אינטעליגענץ. צווישן זײַנע אַרבעטן זענען באַקאַנט צוויי ביכער געווידמעט די ייִדן: „דער שליסל צום גלויבן‟, און „די גורלות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟. אין „דער שליסל צום גלויבן‟, שרײַבט ער: „איך וויל אײַך דערציילן, ווי אין דעם געשטאַלט פֿונעם תּנכישן גאָט האָט געלעבט, געליטן און געטאָן זײַן וועלט־אַרבעט דער אַלגעמיינער גאָט פֿון דער מענטשהייט‟. אין „די גורלות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟ האָט גערשענזאָן, וועלכער האָט מיט סימפּאַטיע זיך באַצויגן צו די ציוניסטן, אַרויסגעטראָטן קעגן ציוניזם. בלויז עטלעכע פֿראַזעס: „ציוניזם — איז נאַציאָנאַליזם, דאָס הייסט, אָפּצוזאָגן זיך פֿון דער אידעע וועגן אויסדערוויילטקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟; „מײַן פֿאָלק איז אויף צרות, ער איז צעזייט און צעשפּרייט, ווערט גערודפֿט: דאָך, איז ער ניט ערגער פֿון אַנדערע. פֿאַרקערט, זײַן גורל מיט דעם איז אויסגעצייכנט, וואָס ער איז אַזאַ אייגנאַרטיקער‟; „אַ דערוואַקסן פֿאָלק וויקלט מען ניט אײַן און מע לייגט עס ניט אין אַ וויגעלע…‟
גערשענזאָן האָט אָפּגעלעבט זײַן גאַנץ לעבן אין מאָסקווע, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1925.
דער צווייטער בעסאַראַבער, חיים גרינבערג, איז געווען אַ רעליגיעזער פֿילאָסאָף. געבוירן געוואָרן אין 1889, אינעם דאָרף טאָדירעשט, ניט ווײַט פֿון קעשענעוו, איז ער גאָר פֿרי פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון ציוניזם. געשריבן אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען. אין 1903 איז ער געשיקט געוואָרן ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער אָדעסער רוסישער טאָגצײַטונג „אָדעסקיִע נאָוואָסטי‟ (אָדעסער נײַעס) אויפֿן זעקסטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזל. ער איז דעמאָלט געווען קוים 14 יאָר אַלט. דאָס גאַנצע לעבן זײַנס איז גרינבערג אַקטיוו געווען אין דער ציוניסטישער באַוועגונג. אין 1924 איז ער מיט דער משפּחה געקומען קיין ניו־יאָרק. פֿון 1932 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער רעדאַגירט די אויסגאַבע „אידישער קעמפֿער‟ (אָרגאַן פֿון פּועלי־ציון).
אין 1947 האָט גרינבערג געשפּילט אַ וויכטיקע דיפּלאָמאַטישע ראָלע בעתן שאַפֿן די ייִדישע מלוכה. ער איז געווען אַן עצה־געבער בײַ דוד בן־גוריון אין די ענינים פֿאַר באַציִונגען צווישן ישׂראל און די ייִדן איבער דער וועלט. אין 1951, אויפֿן ציוניסטישן קאָנגרעס אין ירושלים, האָט גרינבערג געהאַלטן אַ וויכטיקע רעדע אין ייִדיש.
ער האָט שטאָלצירט מיט זײַן בן־עיר מיכאַיִל גערשענזאָן. אָט וואָס ער האָט געשריבן: „…גערשענזאָן, אַ קעשענעווער ייִדיש ייִנגל… איז דער ספּעציאַליסט אויף סלאַווישער ליטעראַטור… דער וואָס האָט זיך אויפֿן אינטימסטן אופֿן אײַנגעלעבט אין דעם אַלטן רוסלאַנד…‟ — כאָטש, מיט גערשענזאָנס אַנטי־ציוניזם איז גרינבערג נישט געווען מסכּים. גרינבערג האָט אויך ניט פֿאַרגעסן זײַן אַלטע היים. אין אַן עסיי, וואָס הייסט „בעסאַראַביש‟, שרײַבט ער: „…דאָרט בין איך געבוירן געוואָרן, דאָרט פֿאַרבראַכט מײַנע קינדער־יאָרן און דאָרט אָנגעהויבן פֿרעגן יענע פֿראַגן, אויף וועלכע איך וועל שוין קיין מאָל קיין תּשובֿה ניט קריגן…‟
גרינבערגס טויט אין ניו־יאָרק אין 1953 האָט אַרויסגערופֿן גרויס טרויער אין דער גאַנצער ייִדישער וועלט. אין זײַן צוואה האָט ער פֿאַרלאַנגט, אַז בעת זײַן לוויה זאָלן ניט געהאַלטן ווערן קיין שום הספּדים. ער האָט גענוי אָנגעוויזן, וועלכע קאַפּיטלעך תּהילים מע זאָל זאָגן, און מע זאָל זינגען אין רוסיש צי אין איבערזעצונג אויף ייִדיש זײַן באַליבט ליד פֿון לערמאָנטאָוו, „איך גיי אַרויס איינער אַליין אויפֿן וועג‟. ערשט נאָך זײַן טויט זײַנען אַרויס דרײַ ביכער פֿון זײַנע ליטעראַריש־פֿילאָסאָפֿישע אַרטיקלען און עסייען…
דער דריטער, הרבֿ י. ל. הכּהן מימון (פֿישמאַן), איז געווען אַ רעליגיעזער ציוניסט. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1875, אינעם בעסאַראַבער שטעטל מאַרקולעשט. געלערנט תּורה אין די באַוווּסטע ישיבֿות פֿון ליטע. געווען אַ תּלמיד פֿון ליטווישע גאונים און באַקומען פֿון זיי סמיכה אויף רבנות. ער איז געווען אַ ציוניסט נאָך פֿון זײַן יוגנט אָן. זיך אויסגעצייכנט אויך ווי אַ שרײַבער און רעדאַקטאָר.
אין 1911 איז הרבֿ מימון עולה געווען. אין דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך די טערקן און אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿונעם לאַנד קיין אַמעריקע. צוריקגעקערט האָט ער זיך באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. פֿון דעם צווייטן קאָנגרעס אָן האָט ער זיך באַטייליקט אין אַלע ווײַטערדיקע ציוניסטישע קאָנגרעסן. הרבֿ מימון איז געווען דער איינציקער רבֿ, וועלכער האָט זיך אונטערגעשריבן אונטער דער „מגילת העצמאות‟ אין 1948. מיטן אויפֿשטעלן די ייִדישע מדינה איז ער געוואָרן דער קולטור־מיניסטער און מיניסטער פֿאַר קריגס־אינוואַלידן. אין ישׂראל זענען אַרויס אַ סך זײַנע ספֿרים און ביכער וועגן היסטאָרישע פֿאָרשונגען, פּערזענלעכקייטן, ציוניזם, ייִדישן פֿאָלקלאָר, וכדומה.
בן־גוריון האָט אין זײַן אַרטיקל „מײַן לערער און פֿרײַנד‟ געשריבן וועגן הרבֿ מימון אַזוי: „איך קען ניט צווישן די וועטעראַנען פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אַ מענטש, וועלכער זאָל אויפֿוועקן אין מיר אַזוי פֿיל כּבֿוד און גלויבן מיט זײַן ציוניסטישער טרײַשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט, ווי הרבֿ מימון…‟ די בני־עיר זײַנע פֿלעגן שרײַבן וועגן אים „דער גרויסער בעסאַראַבער רבֿ און גאָון‟ און נאָך: „הרבֿ מימון איז געווען און געבליבן פֿאָלקסטימלעך, בעסאַראַביש — אַ באַשיידענער, האַרציקער פֿאָלקסמענטש…‟
מע דערציילט, אַז ער איז ניט געווען מסכּים, אַז דער נאַציאָנאַלער הימען פֿון ישׂראל זאָל זײַן „התּיקווה‟. ווען ער איז געווען דער דעפּוטאַט פֿון דער ערשטער כּנסת, איז בײַם פֿאַרמאַכן די זיצונג, נאָך דעם ווי אַלע דעפּוטאַטן האָבן פֿאַרענדיקן דאָס זינגען „התּיקווה‟, פֿלעג ער אויפֿשטיין און זינגען אַ קאַפּיטל „תּהילים‟ — „שיר המעלות‟, און אַלע זענען געשטאַנען און האָבן געוואַרט, ווען הרבֿ מימון וועט פֿאַרענדיקן דאָס זינגען:
אַ געזאַנג פֿון די אַרויפֿגאַנגען.
אַז גאָט האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון ציון,
זײַנען מיר געווען ווי אין חלום.
דענסטמאָל איז פֿול געוואָרן אונדזער מויל מיט געלעכטער
און אונדזער צונג מיט געזאַנג…
געשטאָרבן איז הרבֿ מימון אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1962. לכּבֿוד זײַן נאָמען איז אָנגערופֿן אַ ייִשובֿ אין ישׂראל — „מימון‟.
דרײַ באַדײַטנדיקע ייִדן. זייערע וויגעלעך זענען געשטאַנען אין בעסאַראַביע. זייער אייביקע רו האָבן זיי געפֿונען אין מאָסקווע, ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.