וואָס מיינט הײַנט צו זײַן „אָרטאָדאָקסיש‟?

Orthodoxy — Not What You May Think

אַן אַמעריקאַנער סטערעאָטיפּ פֿון „אַן עכטן פֿרומען ייִד‟
אַן אַמעריקאַנער סטערעאָטיפּ פֿון „אַן עכטן פֿרומען ייִד‟

פֿון דזשעראָם כאַנעס (Forward)

Published June 25, 2014, issue of July 18, 2014.

וואָס מיינט עס, צו זײַן אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד? אַ חרדי, אַ מאָדערנער אָרטאָדאָקס, אַ חסיד צי אַ „ישיבֿישער‟? אין דער הײַנטיקער וועלט זענען די דאָזיקע טערמינען היפּש צעמישט.

אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, פֿלעגט מען רופֿן די פֿרומע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר „טראַדיציאָנעלע‟. מיט 50 יאָר צוריק, ווען דאָס וואָרט „אָרטאָדאָקסיע‟ איז אַרײַן אין דער מאָדע, האָט מען צעטיילט די אָרטאָדאָקסישע ייִדן אויף דרײַ גרופּעס: די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן; די ישיבֿישע אָדער חרדישע וועלט, וואָס איר צענטער האָבן פֿאָרגעשטעלט אַזעלכע ישיבֿות פֿונעם ליטווישן אָפּשטאַם, ווי „תּורה ודעת‟, „מיר‟, „טעלז‟, „חיים בערלין‟, דער לייקוווּדער „בית מדרש גבֿוה‟ און אַ גאַנצע ריי אַנדערע. די דריטע גרופּע זענען געווען די חסידים.

די אַלגעמיינע סטרוקטור פֿון דער פֿרומער וועלט איז געבליבן, בעצם, די זעלבע ביז די 1960ער יאָרן, און האָט זיך אַפֿילו נישט געביטן מיט 20 יאָר צוריק אַזוי ממשותדיק, ווי הײַנט. אינעם יאָר 2014 האָבן מיר אין אַמעריקע, לויט מײַן פּערזענלעכן חשבון, זעקס אָרטאָדאָקסישע הויפּט־גרופּעס: די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן; די צענטריסטישע אָדער „סתּם‟־אָרטאָדאָקסיע; די „ליטווישע‟ אָדער „ישיבֿישע‟ ייִדן; פֿאַרשיידענע חסידים; ליובאַוויטש; און סאַטמאַר. די לעצטע צוויי גרופּעס זענען, לויט מײַן מיינונג, דווקאַ נישט חסידים, נאָר עפּעס חידושדיקס.

מיט 60 יאָר צוריק, האָבן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן געוויזן דער ייִדישער וועלט אַ בײַשפּיל פֿון דעם, ווי אַזוי דאָס זײַן פֿרום קאָן זײַן אַן ערנסט אינטעלעקטועל לעבן, נישט בלויז אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרגליווערטע מאָדנע ריטואַלן. הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק האָט פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע ראַציאָנעלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויפֿן אָפּהיטן די הלכה. אַגבֿ, אין מײַנע קינדער־יאָרן האָבן מיר, געוויינטלעך, זיך באַנוצט מיטן וואָרט „דינים‟. אין די 1950ער און 1960ער יאָרן איז די מאָדערנע אָרטאָדאָקסיע געווען אַ באַוועגונג, וואָס האָט אויסגעזען באַדײַטפֿול אויך פֿאַר וועלטלעכע ייִדן און אַפֿילו פֿאַר דער נישט־ייִדישער וועלט.

שפּעטער, האָבן זיך אָבער אָנגעהויבן צוויי פּראָצעסן, צוליב וועלכע דאָס פּנים פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע האָט זיך אינגאַנצן געביטן. קודם־כּל, די השפּעה פֿון דער חרדישער ישיבֿה. אַ טייל מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן אָנגעהויבן טראַכטן: „קוקט, ווי שיין דאָס איז — צו זיצן און לערנער תּורה, אַנשטאָט צו גיין זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש‟. צווייטנס, האָט זיך די פּאָליטיק פֿון די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן אָנגעהויבן זיך אָפּקערעווען אַלץ ווײַטער אויף רעכטס.