די טעג, אַזוי ווי בײַ כּמעט אַלע פֿעלקער איבער דער וועלט, ברענט בײַ אונדז, אַמעריקאַנער, דער וועלט בעכערפֿיבער. און אַזוי ווי אַלע שטאַרקע פֿיבערן שלעפּט אונדז דער פֿוסבאָל־טשעמפּיאָנאַט אַרויס פֿון אונדזערע טאָג־טעגלעכע ווירקלעכקייטן, און שטופּט אונדז אַרײַן אין אַ וועלט פֿון אילוזיעס און חלומות. ס׳וואָלט באמת ניט געווען קיין פּראָבלעם, ווען עס וואָלט אין דער זעלביקער צײַט אויך ניט געפֿלאַקערט אַ מלחמה־פֿיבער אין מיטעלן מיזרח, און אין אוקראַיִנע.
פֿוסבאָל פֿאַרנעמט אַן אוניקאַל אָרט אין דער אַמעריקאַנער ספּאָרט־וועלט. כאָטש ער איז דווקא ניט דער פּאָפּולערסטער ספּאָרט אין לאַנד. ווי אין ס׳רובֿ לענדער זענען די אַמעריקאַנער ווײַט ניט אַזעלכע פֿוסבאָל־עם־הארצים, ווי די וועלט מיינט. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער קענען גוט די גרונטלעכע כּללים; זיי קענען נאָכפֿאָלגן אַ פֿוסבאָל־מאַטש און פֿאַרשטייען, וואָס ס׳קומט פֿאָר אויפֿן פֿעלד, און רעדן אויף אַן אינטעליגענטן אופֿן וועגן דעם; פֿונדעסטוועגן, נעמען ס׳רובֿ אַמעריקאַנער דעם ספּאָרט ניט אָן ערנסט, סײַדן ווי עפּעס אַזוינס, מיט וואָס מע קען באַשעפֿטיקן די קינדער.
די טראַדיציאָנעלע אַמעריקאַנער ספּאָרטן - פֿוטבאָל, האָקי, בייסבאָל און קוישבאָל, וואָס מע רופֿט זיי „די גרויסע פֿיר‟, פֿאַרמאָגן ריזיקע פּראָפֿעסיאָנעלע ליגעס מיט מיליאָנען פֿאַנאַטיקער און פֿילצײַטיקער דעקונג אויף דער טעלעוויזיע. פֿאַר דער עפּאָכע פֿון „קאַבל‟־טעליוויזיע, אָבער, האָט מען קוים געזען אַ פֿוסבאָל־מאַטש אויף דער טעלעוויזיע און אַפֿילו הײַנט איז עס גאַנץ נאָרמאַל, אַז איינער זאָל לעבן אין אַ שטאָט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט און ניט קענען זען ס׳רובֿ פֿון די מאַטשן אויף דער טעלעוויזיע.
דער דוחק אין פֿוסבאָל אויף דער טעלעוויזיע זאָגט עדות, אַז אָט דער ספּאָרט איז ביז לעצטנס ניט געווען אַזוי פּאָפּולער צווישן די אַמעריקאַנער מאַסן. די סיבות דערפֿאַר זענען קולטורעלע. כאָטש פֿוסבאָל פֿאָדערט פֿיל ענערגיע, טאַלאַנט און טרענירונג ווי אַלע אַנדערע ספּאָרטן, פֿלעגן די אַמעריקאַנער קוקן קרום אויף אים, ווײַל ער פּאַסט ניט צום אַמעריקאַנער כאַראַקטער.
ערשטנס, איז דער ספּאָרט אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי גוט די שפּילער פֿון דער מאַנשאַפֿט קענען זיך צוזאַמענאַרבעטן, און דאָס גייט אַנטקעגן דעם שטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער נטיה צו אינדיווידועליזם. כאָטש בייסבאָל און פֿוטבאָל זענען אויך ספּאָרטן, וואָס ווערן געשפּילט דורך מאַנשאַפֿטן, שפּילן די יחידישע פּאָזיציעס אויפֿן פֿעלד אַ גרעסערע ראָלע ווי אין פֿוסבאָל. דער „פּיטשער‟, דער וואָס וואַרפֿט דעם באַל אין בייסבאָל, און דער „קוואָרטערבעק‟, וואָס וואַרפֿט דעם באַל אין פֿוטבאָל, שפּילן אַ ראָלע אין כּמעט אַלץ, וואָס קומט פֿאָר אויפֿן פֿעלד; און די מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען די דאָזיקע פּאָזיציעס, באַקומען מער אויפֿמערק פֿון די צוקוקער, ווי די אַנדערע שפּילער.
אינעם מער געמיינזאַמען פֿוסבאָל זענען ניטאָ קיין שום עקוויוואַלענטן פֿון אַזאַ פֿענאָמען, און די צוקוקער פֿאָקוסירן זיך אויף דעם, ווי גוט די מאַנשאַפֿט שפּילט צוזאַמען ווי אַ גאַנצקייט, איידער ווי די גרעסטע שטערן צייכענען זיך אויס.
צווייטנס, האַלטן אַ סך אַמעריקאַנער, אַז דער ספּאָרט איז „אוממענעריש‟. איין סיבה דערפֿאַר איז, ווען צוויי שפּילער, בפֿרט אייראָפּעער, שטויסן זיך צונויף, מאַכט דער שפּילער דעם אָנשטעל, אַז ער איז פֿאַרוווּנדעט, ער זאָל באַקומען רחמנות פֿונעם שופֿט. טאָמער דער שופֿט פּסקנט אָבער קעגן אים, זעט עס אויס גאַנץ נאָרמאַל, ווען דער „פֿאַרוווּנדעטער‟ שטעלט זיך אויף די פֿיס, ווי ס׳וואָלט גאָרניט ניט פּאַסירט. אַפֿילו די דאָקטוירים, וואָס שטייען בײַם ראַנד פֿון פֿעלד, קענען אָפֿט ניט דערקענען, צי דער פֿוטבאָל־שפּילער איז באמת פֿאַרוווּנדעט, צי ער מאַכט פּשוט אַן אָנשטעל, מיט דער האָפֿענונג, אַז דער שופֿט וועט באַשטראָפֿן דעם אַנדערן צד, כּדי זײַן מאַנשאַפֿט זאָל קענען „אַרײַנשיסן‟ אַ גאָל. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האַלטן דאָס פּשוט פֿאַר שווינדלערײַ און פּחדנות, אָבער אין אייראָפּע איז עס אַן אָנגענומענער טייל פֿונעם ספּאָרט.
אַ דריטע סיבה איז באמת אַן ענין פֿון דיאַלעקט. געוויינטלעך, זענען די ענגליש־רעדנדיקע מאַסן, סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין ענגלאַנד, ווײַט ניט קיין פּוריסטן, ווי אַ שטייגער, די פֿראַנצויזן. מיט ספּאָרט, אָבער, זענען די אַמעריקאַנער גאַנץ סענסיטיוו. ערשטנס, קומען אין אַמעריקע גאָר אַ סך וויכטיקע אידיאָמען פֿון בייסבאָל און פֿוטבאָל און אַפֿילו די, וואָס ווייסן ווייניק וועגן די ספּאָרטן גופֿא, באַנוצן זיך מיט די שײַכותדיקע ווערטער. אין ענגלאַנד קומט דאָס זעלבע פֿאָר מיט פֿוסבאָל, און דער אונטערשייד צווישן די דאָזיקע ספּאָרט־אידיאָמען זענען צווישן די סאַמע וויכטיקסטע אונטערשיידן אין די ענגלישע דיאַלעקטן. פֿוסבאָל פֿילט זיך ניט ווי קיין טייל פֿון דער נאָרמאַלער אַמעריקאַנער קולטור, ווײַל מע באַנוצט זיך ניט מיט קיין אידיאָמען, וואָס שטאַמען פֿונעם ספּאָרט.
נאָך מער: די אַמעריקאַנער באַנוצן זיך מיט גאָר באַזונדערע ווערטער ווי די ענגלענדער, ווען זיי רעדן וועגן פֿוסבאָל. דעם מין ספּאָרט רופֿט מען ניט „פֿוטבאָל‟, ווי אין ענגלאַנד, נאָר „סאָקער‟ (דרך־אַגבֿ, אַ נאָמען, וואָס מע האָט דווקא אויסגעטראַכט אין ענגלאַנד). ווען מע רעדט פֿונעם פֿעלד, זאָגט מען אין אַמעריקע טאַקע „פֿעלד‟ (field), אָבער אין ענגלאַנד רעדט מען וועגן „פּיטש‟ (pitch), וואָס קלינגט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער ווי מע וואָלט גערעדט וועגן סמאָלע.
גאַנץ ענלעך זענען די ווערטער פֿאַרן אוניפֿאָרם, וואָס די שפּילער טראָגן (אין אַמעריקע jersey, אין ענגלאַנד kit); די מאַנשאַפֿטן (אין אַמעריקע טאַקע team, אין ענגלאַנד „קלוב‟) און די פֿאַנאַטיקער, וואָס אין אַמעריקע זענען טאַקע „פֿאַנאַטיקער‟ (פֿענס), זענען אין ענגלאַנד „שטיצער‟ (supporters). מער וויכטיק זענען די נעמען פֿון די פּאָזיציעס, וואָס זענען צום טייל אַנדערש: אַ פּשוטער זאַץ, אַזוי ווי „דער גאָל־וועכטער האָט געכאַפּט דעם באַל אויפֿן פֿעלד און די פֿאַנאַטיקער שרײַען‟, קען זײַן אומפֿאַרשטענדלעך.
קיין פּראָבלעם וואָלט דאָס ניט געווען, ווען די קאָמענטאַטאָרן אויף דער טעלעוויזיע בעתן „וועלטבעכער‟, וואָלטן ניט אַלע געווען פֿון ענגלאַנד. אַ סך אַמעריקאַנער קענען פּשוט ניט פֿאַרשטיין, וועגן וואָס עס האַנדלט זיך, ווען מע רעדט פֿון „שטיצער‟ וואָס קוקן אויף זייער „קלוב‟, וואָס שפּילט אויף אַ „סמאָלע‟. און דאָס שטערט טאַקע די אַמעריקאַנער, וואָס זענען בדרך־כּלל גאַנץ שוואַך, ווען עס קומט צו שפּראַכן, צו באַנעמען אַ פֿרעמדע טערמינאָלאָגיע אויף דער טעלעוויזיע.
ניט געקוקט אויף די אַלע קולטורעלע און לינגוויסטישע שטערונגען און דעם פֿאַקט, וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האַלטן, אַז פֿוסבאָל איז ניט באמת אַמעריקאַניש, איז דער הײַיאָריקער „וועלטבעכער‟ אַ היסטאָרישער שלאַגער אויף דער אַמעריקאַנער גאַס. אין יעדער שטאָט און שטעטל, זעט מען ווי הונדערטער און טויזנטער מענטשן זאַמלען זיך צונויף פֿאַר טעלעוויזאָרן אין די גרויסע סקווערן, כּדי צו קוקן די מאַטשן. מע גיט איבער, אַז בסך־הכּל 25 מיליאָן אַמעריקאַנער האָבן געזען דעם מאַטש קעגן פּאָרטוגאַל אויף דער טעלעוויזיע, מער ווי די צאָל מענטשן, וואָס האָבן געקוקט אויף די בייסבאָל־ און קוישבאָל־ טשעמפּיאָנאַטן. אין אויסלאַנד האָבן אַ פּאָר קאָמענטאַטאָרן אַפֿילו געזאָגט, אַז דער הײַיאָריקער „וועלטבעכער‟ רעפּרעזענטירט אַ סוף צו דער אַמעריקאַנער קולטורעלער אויסנעמיקייט, וואָס שייך ספּאָרט, און אַז דורך דעם פֿוסבאָל־טורניר ווערט אַמעריקע אַן „עכטער מיטגליד פֿון דער וועלט־קולטור‟.
אין דער זעלביקער צײַט, אָבער, וואָס די לאַנג־יאָריקע טראַדיציע פֿון ספּאָרט־איזאָלאַציע ענדיקט זיך בײַ אונדז אין לאַנד, צוליבן „וועלטבעכער־פֿיבער‟, הייבן, אַ פּנים, ס׳רובֿ אַמעריקאַנער אָן, אַ נײַע טראַדיציע פֿון פּאָליטישער איזאָלאַציע. כאָטש עס ווערט דער מלחמה־פֿיבער אַלץ מער פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, הערן זיך די אַמעריקאַנער צו דעם קוים צו צוליב דעם פֿיבער פֿונעם „וועלטבעכער‟. ווייניקער אַמעריקאַנער באַמערקן, אַז אין איראַק און סיריע ווערן ריזיקע טיילן פֿון לאַנד פֿאַרכאַפּט דורך דער טעראָריסטישער גרופּע „איסיס‟, און אַז אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿלאַקערט אַ פֿײַער, וואָס קאָן ברענגען צו אַ דריטער „אינטיפֿאַדע‟.
אין מיזרח־אוקראַיִנע דונערן האַרמאַטן, אָבער דאָ אין אַמעריקע ווערן די דאָזיקע מלחמה־קלאַנגען בלאָקירט פֿון די צופֿרידענע געשרײען פֿון די פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקער. עס זעט אויס, אַז אַזוי ווי די אַמעריקאַנער האָבן געביטן זייער לאַנג־יאָריקן צוגאַנג צו פֿוסבאָל, האָפֿן זיי, כאָטש אומבאַוווּסטזיניק, צו בײַטן זייער לאַנג־יאָריקן צוגאַנג צו פּאָליטיק; דאָס הייסט, זיך צוריקצוציִען פֿון דער ראָלע פֿון „וועלט־פּאָליציאַנט‟, ווײַל צוליבן „וועלטבעכער‟ האָט מען זיך אײַנגערעדט, אַז מע קען די וועלט איגנאָרירן, און אַמעריקע וועט ניט דאַרפֿן זיך אַרײַנמישן אין דעם. אָבער ווי אַלע פֿיבערן וועט דער פֿוסבאָל־פֿיבער זיך אין גיכן פֿאַרענדיקן, און מיט אים וועלן פֿאַרשווינדן די פּוסטע חלומות, ווײַל נאָכן וועלטבעכער־פֿיבער וועט בלויז בלײַבן דער מלחמה־פֿיבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.