די טעג, אַזוי ווי בײַ כּמעט אַלע פֿעלקער איבער דער וועלט, ברענט בײַ אונדז, אַמעריקאַנער, דער וועלט בעכערפֿיבער. און אַזוי ווי אַלע שטאַרקע פֿיבערן שלעפּט אונדז דער פֿוסבאָל־טשעמפּיאָנאַט אַרויס פֿון אונדזערע טאָג־טעגלעכע ווירקלעכקייטן, און שטופּט אונדז אַרײַן אין אַ וועלט פֿון אילוזיעס און חלומות. ס׳וואָלט באמת ניט געווען קיין פּראָבלעם, ווען עס וואָלט אין דער זעלביקער צײַט אויך ניט געפֿלאַקערט אַ מלחמה־פֿיבער אין מיטעלן מיזרח, און אין אוקראַיִנע.
פֿוסבאָל פֿאַרנעמט אַן אוניקאַל אָרט אין דער אַמעריקאַנער ספּאָרט־וועלט. כאָטש ער איז דווקא ניט דער פּאָפּולערסטער ספּאָרט אין לאַנד. ווי אין ס׳רובֿ לענדער זענען די אַמעריקאַנער ווײַט ניט אַזעלכע פֿוסבאָל־עם־הארצים, ווי די וועלט מיינט. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער קענען גוט די גרונטלעכע כּללים; זיי קענען נאָכפֿאָלגן אַ פֿוסבאָל־מאַטש און פֿאַרשטייען, וואָס ס׳קומט פֿאָר אויפֿן פֿעלד, און רעדן אויף אַן אינטעליגענטן אופֿן וועגן דעם; פֿונדעסטוועגן, נעמען ס׳רובֿ אַמעריקאַנער דעם ספּאָרט ניט אָן ערנסט, סײַדן ווי עפּעס אַזוינס, מיט וואָס מע קען באַשעפֿטיקן די קינדער.
די טראַדיציאָנעלע אַמעריקאַנער ספּאָרטן - פֿוטבאָל, האָקי, בייסבאָל און קוישבאָל, וואָס מע רופֿט זיי „די גרויסע פֿיר‟, פֿאַרמאָגן ריזיקע פּראָפֿעסיאָנעלע ליגעס מיט מיליאָנען פֿאַנאַטיקער און פֿילצײַטיקער דעקונג אויף דער טעלעוויזיע. פֿאַר דער עפּאָכע פֿון „קאַבל‟־טעליוויזיע, אָבער, האָט מען קוים געזען אַ פֿוסבאָל־מאַטש אויף דער טעלעוויזיע און אַפֿילו הײַנט איז עס גאַנץ נאָרמאַל, אַז איינער זאָל לעבן אין אַ שטאָט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט און ניט קענען זען ס׳רובֿ פֿון די מאַטשן אויף דער טעלעוויזיע.
דער דוחק אין פֿוסבאָל אויף דער טעלעוויזיע זאָגט עדות, אַז אָט דער ספּאָרט איז ביז לעצטנס ניט געווען אַזוי פּאָפּולער צווישן די אַמעריקאַנער מאַסן. די סיבות דערפֿאַר זענען קולטורעלע. כאָטש פֿוסבאָל פֿאָדערט פֿיל ענערגיע, טאַלאַנט און טרענירונג ווי אַלע אַנדערע ספּאָרטן, פֿלעגן די אַמעריקאַנער קוקן קרום אויף אים, ווײַל ער פּאַסט ניט צום אַמעריקאַנער כאַראַקטער.
ערשטנס, איז דער ספּאָרט אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי גוט די שפּילער פֿון דער מאַנשאַפֿט קענען זיך צוזאַמענאַרבעטן, און דאָס גייט אַנטקעגן דעם שטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער נטיה צו אינדיווידועליזם. כאָטש בייסבאָל און פֿוטבאָל זענען אויך ספּאָרטן, וואָס ווערן געשפּילט דורך מאַנשאַפֿטן, שפּילן די יחידישע פּאָזיציעס אויפֿן פֿעלד אַ גרעסערע ראָלע ווי אין פֿוסבאָל. דער „פּיטשער‟, דער וואָס וואַרפֿט דעם באַל אין בייסבאָל, און דער „קוואָרטערבעק‟, וואָס וואַרפֿט דעם באַל אין פֿוטבאָל, שפּילן אַ ראָלע אין כּמעט אַלץ, וואָס קומט פֿאָר אויפֿן פֿעלד; און די מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען די דאָזיקע פּאָזיציעס, באַקומען מער אויפֿמערק פֿון די צוקוקער, ווי די אַנדערע שפּילער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.