קיין גן־עדן איז דאָס שטעטל נישט געווען

The Shtetl was No Paradise


פֿון הערשל גלעזער

Published June 26, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

טשיקאַווע איז דער צוגאַנג צו דעם ענין בײַ די ייִדישע שרײַבערס. אויך זיי ווײַזן אַ מאָל אַרויס געמישטע געפֿילן. אַז דער ייִוואָ האָט מיט יאָרן צוריק פֿאַרשפּרייט אַ קאָמפּאַקטל מיט לידער וועגן דער אַלטער היים, זענען געווען היפּשע חילוקים אינעם צוגאַנג: אַ טייל לידער זענען געווען רק נאָסטאַלגיע, רק מע בענקט נאָך דער „אַלטער היים‟. די אַנדערע גייען צו מיט מער שׂכל: אַ שטייגער, חיים טאַובער (דער באַשאַפֿער פֿון „מאָטל דער אַפּרייטער“ א”אַ באַקאַנטע לידער) מיט זײַן „מײַן שטעטעלע מאָלעוו“ (בײַ מלכות: „מאָגיליאָוו־פּאָדאָלסקי“ דעמאָלט, „מאָהילעוו־פּאָדילסקי“ הײַנט):

מאָלעוו, מײַן שטעטעלע בײַם דנעסטער
אין האַרצן אײַנגעבאַקן ביסטו מיר
מאָלעוו, מײַן שטעטעלע בײַם דנעסטער
ווי איך גיי אויס פֿון בענקעניש נאָך דיר
הינטער דער פּאַסע וווינען ייִדן אין נחת און אין בלאָטע
זיי זענען גליקלעך און צופֿרידן און זאָגן „מאָמע־טאָטע“
מאָלעוו, מײַן שטעטעלע בײַם דנעסטער
אין האַרצן אײַנגעבאַקן ביסטו מיר.

נאָר כאָטש בײַם זינגען זינגט טאַובער בלויז מיט בענקעניש, בײַם רעדן צווישן די סטראָפֿעס זאָגט ער אויס דעם „סוד“, אַז „דאָ אינעם געבענטשטן לאַנד אַמעריקע“ איז נישטאָ פֿאַר וואָס צו בענקען, סײַדן… מע בענקט נאָך די יונגע יאָרן און נאָך אַ לעבן, וואָס איז געווען פּשוטער און רויִקער, כאָטש אָרעמער און שווערער.

אַן אַנדער קוק אויף דעם ענין האָט שלום־עליכם. פֿון די זייער אַ סך עוולות פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך“ אַקעגן שלום־עליכמען מיט זײַן שאַפֿונג „טבֿיה דער מילכיקער‟, איז איינע פֿון זיי, אַז אין „פֿידלער“ קוקן טבֿיה מיט זײַן געזינדל (אַרײַנגערעכנט פֿעדיע גאַלאַגאַן!) ממש אַרויס זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע. צי זייערע האָפֿענונגען זענען געווען באַרעכטיקט, צי נישט איז אַ באַזונדערע מעשׂה, אָבער שלום־עליכמס מיינונג איז עס זיכער נישט געווען.

אין אַמעריקע האָט שלום־עליכם געשעפּט ווינציק נחת, נישט געהאַט קיין פּרנסה; ער האָט דאָך געבעטן, מע זאָל אים נאָכן טויט צוריק אַריבערברענגען קיין קיִעוו, ער זאָל דאָרטן קומען צו קבֿר־ישׂראל. ער האָט געהאַלטן, אַז קיין אַמעריקע פֿאָרט מען ווײַל מע מוז, אַזוי ווי ער האָט געטאָן, נישט ווײַל מע וויל. איז אין דער פּיעסע „טבֿיה דער מילכיקער“, וואָס שלום־עליכם האָט אַליין באַאַרבעט פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיהן, פֿאָרט טבֿיה מיטן געזינדל בפֿירוש קיין ארץ־ישׂראל; בײַ מאָריס שוואַרץ אינעם פֿילם „טבֿיה“, וואָס ער האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס פּיעסע, קומט עס אַרויס נאָך פּיקאַנטער:

„צייטל, מיר’ן פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל!“
„וואָס עפּעס קיין ארץ־ישׂראל, טאַטע?“

„וווּ דען, קיין אַמעריקע? אַז זיי פֿאַרשטייען נישט מײַן לשון און איך פֿאַרשטיי נישט זייער לשון… בלײַבט צו פֿאָרן אָדער קיין אַרגענטינע, אָדער קיין פּאַלעסטינע, אָדער קיין ארץ־ישׂראל“.

מאָריס שוואַרץ, אַליין אַן אימיגראַנט אין אַמעריקע, גיט דעם לאַנד אַ שטאָך, אַוודאי, דערפֿאַר, וואָס די ייִדן טרייסלען זיך אָפּ פֿון מאַמע־לשון און פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ווידער אַ מאָל: גשמיות יאָ, רוחניות אָבער…