צווישן אונדז גערעדט

Between You and Me


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

אױ, גאָטעניו, מע װערט אַלץ עלטער און עלטער. דאָס טעלעפֿאָנען־ביכל װערט אַלץ דינער, און די רשימה — אַלץ קירצער. די האָר אױפֿן קאָפּ דעריאָגן דאָס טעלעפֿאָנען־ביכל לױט דער צאָל פֿון די פֿאַרבליבענע אַבאָנענטן; אין די אַ מאָל זיסע חלומות מיט זײער שײנע פֿרױען און ראָמאַנטישע „העפּי ענדן‟ איז פֿאָרגעקומען אַ קאַרדינאַלער בײַט — די אַמאָליקע פּערסאָנאַזשן, די שײנע פֿרױען און מוטיקע מאַנסלײַט, זײַנען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און צום סוף פֿונעם דריטן אַקט באַװײַזן זיך אַלץ אָפֿטער גאָר בײזע אומבאַקאַנטע פּערסאַנאַזשן — אַ מאָל עפּעס אַ מיאוסע באָבע מיט אַ קאָסע אין די אױסגעקרימטע הענט, און אַ מאָל אַ שטינקענדיקער לומפּ, אַן אָפּגעריסענער באָסיאַק מיט אַן עמער פּעך־און־שװעבל.

מע טאָר ניט זינדיקן, כ’האָב שױן אָפּגעלעבט אַ צװײ אָדער דרײַ לעבנס. די קינדער מײַנע זײַנען זיך צעפֿלױגן, די אײניקלעך לעבן אין זײער „נײַער‟ װעלט, אין װעלכער איך, פּערזענלעך, פֿאַרשטײ אַ קרענק. און נאָר מײַן פּלוניתטע, אַ לעבן אױף איר, איז, סוף־כּל־סוף, געװאָרן מײַן דירעקטע מיטשמועסערקע בײַ די לאַנגזאַמע און פּריסנע פֿרישטיקן: אַ שטיקל ברױט פֿאַר המוציא, אַ ביסל צװאָרעך פֿאַר „מיני מזונות‟, און זיבן מאַסלינעס — סײַ פֿאַר אַ ברכה און סײַ װי אַ דערמאָנונג פֿון „זיבן גוטע יאָר‟. דעם אמת געזאָגט, דער צװאָרעך און די מאַסלינעס זײַנען מיר שױן אַזױ נימאס געװאָרן, אַז איך קען זײ ניט אָנקוקן, אָבער די פֿרימאָרגן־שמועסן מיט מײַן פֿײגעלע… אָ!… אַזױ פֿיל יאָר אָפּגעלעבט צוזאַמען און אָט, כ’מוז זיך מודה זײַן, אַז כ’האָב גאָר ניט געװוּסט מיט װאָס פֿאַר אַ מוטיקער און אַ געטרײַער פֿרױ לעב איך. בנאמנות…

די געשיכטע מיט אונדזער חתונה איז ענלעך אױף אַ מיסטיש מעשׂהלע פֿון אַ קבלה־ספֿר. כ’האָב דעמאָלט געאַרבעט אין טעאַטער און כ’האָב ממש ניט געהאַט קײן צײַט צו טרעפֿן זיך מיט די מײדלעך — יעדן אין דער פֿרי, רעפּעטיציעס, יעדן אָװנט — אַ ספּעקטאַקל. און אַזױ אַ גאַנצע װאָך, אַחוץ מאָנטיק. מײַן מאַמע האָט זיך געמאַכט דאגות: גײ װײס, װאָס קען געשען מיט אַ יונגן־מאַן אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון די פֿרײלעכע מאָדערנע אַקטריסעס, הױלע שיקסעס. בקיצור, מע האָט אָנגעהױבן צו זוכן מיר אַ כּלה, אָבער קײן אײנע איז מיר ניט געפֿעלן געװאָרן. און דאָ, אײן מאָל, האָבן אונדזערע שכנים מיך מיטגענומען מיט זיך אױף אַ ייִדישער חתונה. קײן באַקאַנטע האָב איך דאָרט ניט געהאַט, נאָר שױן צום סוף פֿון דער חתונה האָב איך דערזען אַ שײן מײדל, װעלכעס איז געשטאַנען בײַ דער װאַנט און געקוקט אױף די טאַנצנדיקע פּאָרלעך.

כ’האָב זיך אָנגענומען מיט מוט, צוגעגאַנגען צום מײדל און זי אײַנגעלאַדן צום טאַנץ. זי האָט מיר ניט אָפּגעזאָגט. איר װעט טאַקע לאַכן, נאָר אין מיטן טאַנצן האָט זיך פּלוצעם אױסגעלאָשן דאָס ליכט, און אַזױ זײַנען מיר אָפּגעשטאַנען אַ שטיקל צײַט אין דער פֿינצטער, ביז מ‘האָט פֿאַרראָכטן די עלעקטריע. כ’האָב באַדאַנקט דאָס מײדל און באַגלײט זי צו דער װאַנט. אין אַ יאָר אַרום האָבן מיר זיך װידער געטראָפֿן, און װידער צופֿעליק, אָבער איצט האָב איך שױן געװוּסט, אַז דאָס מײדל הײסט פֿײגעלע, און זי האָט אַ טבֿע צו פֿאַרשפּעטיקן אױף אַ טרעפֿונג אַם־װײניקסטן אױף אַ האַלבער שעה. נאָך עטלעכע טרעפֿונגען איז װידער געקומען צו אַ לאַנגער פּױזע, װײַל כ’האָב געמוזט אַװעקפֿאָרן פֿון בעלץ און זיך באַזעצט אױף אַ צײַט ווײַט אויף צפֿון, אינעם „לאַנד פֿון די עלקן‟. הקיצור, אײן מאָל, אין אַ זאַװערוכע־נאַכט האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, זיך אַװעקגעזעצט אױף דער בעט, אַ קוק געטאָן אױפֿן פֿענצטער און דערזען דאָרט, ממש װי אױף דער װאָר — אױפֿן פֿאָטעל זיצט פֿײגעלע, קוקט אױף מיר און מאַכט מיט דער האַנט: קום, קום…