(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וויפֿל הינדוסן זענען עכטע גורוס? וויפֿל סופֿי־מוסולמענער זענען דערהויבענע מיסטיקער? וויפֿל בודיסטן זענען שוין נאָענט צו דער מדרגה פֿונעם בודאַ? סאָציאָלאָגיע איז נישט מסוגל צו ענטפֿערן אויף אַזעלכע קשיאות. די זעלבע מעשׂה איז מיט די חסידות; בלויז אַ קליינע צאָל יחידים אין אַ חסידישער קהילה פֿאַרנעמט זיך מיט טיפֿע סודות־התּורה און הויכע עבֿודות, הגם דאָס איז דער טעאָרעטישער ציל פֿאַר יעדן איינעם.
צום בעסטן, קאָן מען מיט סאָציאָלאָגישע מיטלען זיך משער זײַן, אין וואָסערע גרופּעס הערשט דער בעסטער קלימאַט, וווּ עס קאָנען אויפֿקומען אַזעלכע יחידים. מע קאָן זאָגן, אַז אינעם סאָציאַלן זין, זענען די „סאַמע חסידישע קהילות‟ די, וואָס דערמעגלעכן אַזאַ פּאָטענציאַל פֿאַרווירקלעכט צו ווערן צווישן זייערע אָנהענגער.
לויט מײַן מיינונג, שטייען אין דעם געביט אויבן־אָן דווקא ליובאַוויטש און סאַטמאַר, ווי גרויסע און ברייט־פֿאַרשפּרייטע מאַסן־באַוועגונגען. צווישן די קלענערע, וואָס זענען בנימצא אין צפֿון־אַמעריקע, איז כּדאַי צו דערמאָנען אויך בראַצלעוו און טאָש. די גרענעצן צווישן די דאָזיקע קהילות זענען צומאָל צעשווענקט.
אַ סך באַשיידענע מתפּללים אין די ליובאַוויטשער שילן, וואָס אַרבעטן אַ גאַנצן טאָג און חלומען נישט צו מאַכן אַ שנאָרערײַ־קאַריערע ווי אַ חב״ד־שליח, לערנען חסידות אַ פּאָר שעה פֿאַר שחרית, כּדי צו דאַוונען מיט כּוונה. אַ טייל בעל־תּשובֿות, וואָס דערנענטערן זיך צו חב״ד מיט אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון אינדישע מעדיטאַציעס און „ניו־איידזש‟, ווערן נאַטירלעך צוגעצויגן צו ערנסטע חסידישע עבֿודות. אין אַזאַ אַטמאָספֿער פֿילט זיך זיכער דער גײַסט פֿון תּורת־החסידות.
די בראַצלעווער חסידים — אָדער ברעסלאָווער, ווי מע רופֿט זיי הײַנט — שטעלן מיט זיך פֿאָר אין אַמעריקע אַ קליינע, אָבער אַ וויכטיקע נעץ פֿון קהילות, וווּ דער עולם לערנט אַקטיוו רבי נחמנס תּורה און פֿאַרנעמט זיך מיט התבודדות — מעדיטאַציעס אין אַ וואַלד אָדער אַ פּאַרק שפּעט בײַנאַכט. אַ צאָל פּראָמינענטע אַמעריקאַנער בראַצלעווער לערנען אַקטיוו און פֿאַרשפּרייטן קבלה.
די אָרגאַניזאַציע „היכל־מנחם‟, וואָס האָט אַ שיל, אַ ביבליאָטעק און אַ ספֿרים־קראָם אין באָראָ־פּאַרק, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די ליובאַוויטשער תּורת־החסידות אויף אַן ערנסטן און סיסטעמאַטישן אופֿן, ציט צו כּסדר די סאַטמאַרער. סאַטמאַר באַטרעפֿט אויך אַ גרויסן חלק פֿון די, וואָס פֿאָרן יעדעס יאָר קיין אומאַן אויף ראָש־השנה. בעצם, קאָמבינירן אַזעלכע מענטשן די שיטה פֿונעם סאַטמאַרער רבין מיטן ליובאַוויטשער אָדער בראַצלעווער חסידות.
דווקא צוליב די סקעפּטישע ווערטער פֿונעם סאַטמאַרער רבין וועגן דעם דרך־הבעש״ט, האָט זיך אין סאַטמאַר געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ מע קאָן זיך פֿאַרנעמען מיט כּלערליי היסטאָרישע מינים חסידות. אין פֿאַרגלײַך מיט די בעלזער, גערער אָדער אַפֿילו ליובאַוויטשער, וואָס פֿאָלגן די עצות פֿון זייער רבין און קוקן נישט צופֿיל אַרײַן די אַנדערע חסידישע דרכים, זענען נישט ווייניק סאַטמאַרער יונגע־לײַט נײַגעריק צו לערנען סיסטעמאַטיש קבלה און טיפֿע ספֿרי־חסידות.
צוליב דעם, וואָס סאַטמאַר האָט נישט קיין אייגענעם באַשטימטן דרך פֿון חסידות, קאָן אַזאַ קהילה דינען ווי אַ פּלאַטפֿאָרם פֿאַר פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן. אויב אינעם הײַנטיקן דור זענען מער נישטאָ קיין לעבעדיקע רביים, וואָס זאָלן פֿירן אַ מענטשן אויפֿן דרך פֿונעם בעל־שם־טובֿ, איז דווקא אינטערעסאַנט פֿאַר אַ נײַגעריקן יחיד צו פֿאַרשטיין די חסידישע דרכים אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן, פֿאָרשנדיק אַליין די אַלטע ספֿרים און אַרײַנקוקנדיק אין בראַצלעוו צי אַנדערע קהילות.
וואָס שייך די לעבעדיקע רביים, „להבֿדיל בין חיים לחיים‟, איז כּדאַי צו דערמאָנען קרית־טאָש — אַ חסידיש שטעטל לעבן מאָנטערעאָל, וואָס איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכן דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ שבֿועות. אין קרית־טאָש וווינען בערך 4,500 טויזנט מענטשן. דער הײַנטיקער טאָשער רבי, משולם־פֿײַוויש סגל־לוי, איז געבוירן געוואָרן אין אונגערן, נישט ווײַט פֿון סאַטמאַר, אינעם יאָר 1921. דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם קאָמאַרנער רבין, יצחק־אײַזיק סאַפֿרין, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַנע גאָר שווערע און טיפֿע קבלהדיקע ווערק.
להיפּוך צו די סאַטמאַרער, האַלטן אָבער די טאָשער חסידים בפֿירוש, אַז ס׳איז גאָר וויכטיק און נייטיק צו פֿאַרנעמען זיך טיף און ערנסט מיט דרך־הבעש״ט, אַז דווקא בזכות דעם וועט קומען משיח, און אַז בלויז אַ דאַנק דעם בעל־שם־טובֿ איז הײַנט מעגלעך בכלל צו זײַן אַ ייִד. לכּבֿוד שבֿועות, האָט מען אין קרית־טאָש פֿאַרשפּרייט ספּעציעלע אַגיטאַציע־בלעטלעך וועגן דעם. בעת מײַן קורצן באַזוך, האָב איך גלײַך געטראָפֿן אַ צאָל יונגע־לײַט, וואָס פֿאַרנעמען זיך טאַקע פֿלײַסיק מיטן לערנען קבלה און פֿאַרשיידענע חסידישע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער און בראַצלעווער. דעם סאַטמאַרער רבין האַלטן זיי אויך פֿאַר אַ גרויסן חסידישן צדיק און מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים דערקלערן, אַז זײַנע ווערטער וועגן דעם דרך־הבעש״ט דאַרפֿן מען נישט אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך.
קוקנדיק אויף די הנהגות פֿונעם דורכשניטלעכן חסידישן, קאָן מען נישט מאַכן דעם אויספֿירן וועגן די יחידים. די פּערזענלעכע דרכים און מאַסן־באַוועגונגען זענען צוויי באַזונדערע, און אַפֿילו היפּוכדיקע, זאַכן. יעדער שעפֿערישער מענטש, אַן אָריגינעלער דענקער אָדער אַ מיסטיקער איז אַן אוניקאַלער יחיד־בדורו, וואָס לעבט מחוץ די פֿאַרגליווערטע סאָציאַלע נאָרמעס פֿונעם דור און ממילא מחוץ די גרענעצן פֿון סאָציאָלאָגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.