חסידות און סאָציאָלאָגיע — אַ סתּירה

Chassidism and Sociology are Incompatible

אַ ריזיקער המון ייִדן האָט זיך מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרזאַמלט אויף אַ סטאַדיאָן, כּדי צו פֿאַרדאַמען די אינטערנעץ. צו חסידות האָט עס אָבער קיין שום שײַכות נישט.
Josh Nathan-Kazis
אַ ריזיקער המון ייִדן האָט זיך מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרזאַמלט אויף אַ סטאַדיאָן, כּדי צו פֿאַרדאַמען די אינטערנעץ. צו חסידות האָט עס אָבער קיין שום שײַכות נישט.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 01, 2014, issue of July 18, 2014.

די וואָך, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון דזשעראָם כאַנעס, אַ מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכער טענהט, אַז די הײַנטיקע ליובאַוויטשער און סאַטמאַרער זענען, אין דער אמתן, נישט קיין חסידים.

די ליובאַוויטשער פֿאַרנעמען זיך, לויט אים, מיט פּירסום־קאַמפּאַניעס און מיסיאָנערישער טעטיקייט — להיפּוך צו די אַמאָליקע חסידים, וועלכע זענען געווען פֿאַרנומען מיטן לערנען די טיפֿע ענינים פֿון תּורת־החסידות און חסידישע דרכים פֿון עבֿודת־השם. וואָס שייך די סאַטמאַרער, מיינט כאַנעס, אַז זיי שיידן זיך ווייניק אונטער פֿון די ליטווישע מתנגדים; דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, האָט זיך אַליין געהאַלטן מער ווי אַ רבֿ, איידער אַן עכטער חסידישער רבי.

כאַנעס גיט צו, אַז פֿאַר „די גערער, באָבאָווער און אַנדערע‟ חסידים איז חסידות הײַנט געוואָרן, דער עיקר, אַ געוויסער לעבנס־שטייגער און דאָס טראָגן חסידישע מלבושים. להיפּוך צו די אַמאָליקע אייראָפּעיִשע חסידים, פֿאַרנעמען זיי זיך ווייניק מיט די חסידישע תּורות און עבֿודות.

לויט אַזאַ לאָגיק, באַקומט זיך, אַז אין דער הײַנטיקער אַמעריקע זענען בכלל נישטאָ קיין עכטע חסידישע קהילות. מע קאָן גרינג פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס כאַנעס האָט געמאַכט אַזאַ אויספֿיר. פֿאַר ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע חסידים באַשטייט די באַזונדערקייט פֿון זייער דרך־עבֿודה אין אַזעלכע אויבערפֿלעכלעכע ענינים, ווי געוויסע מינהגים, נוסח פֿונעם דאַוונען, אַרויסרייד פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער, פּאות, שטרײַמל, קוגל און געצוקערטע געפֿילטע פֿיש. הגם זיי קוקן פֿון צײַט צו צײַט אַרײַן אין די חסידישע ספֿרים, זענען ווייניק פֿון זיי טיף און סיסטעמאַטיש פֿאַרטאָן אינעם פּראַקטישן התקשרות־הצדיקים, לאַנגע האַרציקע תּפֿילות און כּוונות־המיצוות, קבלה־לערנען און אַנדערע קלאַסישע חסידישע עבֿודות. דאָס חסידות האָט זיך פֿאַר אַזעלכע מענטשן פֿאַרוואַנדלט אין „היימישקייט‟, אינעם מעכאַנישן פֿאָלגן די הנהגות פֿון זייערע אָבֿות.

אינעם ספֿר „ויואל משה‟, האָט דער סאַטמאַרער רבי געמאָלדן, אַז אינעם הײַנטיקן דור איז אינגאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן דער דרך פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ. צוליב דעם, האָבן די סאַטמאַרער טאַקע באַקומען די רעפּוטאַציע פֿון האַלב־מתנגדים.

וואָס שייך ליובאַוויטש, הגם די חב״דניקעס שטעלט אַ שטאַרקן אַקצענט אויפֿן לערנען חסידות און אינטענסיווע רוחניותדיקע עבֿודות, קאָן מען מסכּים זײַן, אַז דער הײַנטיקער חב״ד, ווי אַן אָרגאַניזאַציע, האָט ווייניק צו טאָן מיט חסידות. אויפֿן שפּיץ פֿון איר טעטיקייט האָט זי פֿאַרשיידענע קירובֿ־פּראָגראַמען און שנאָרערײַ־קאַמפּאַניעס, אין וועלכע די טיפֿע חסידישע ענינים שפּילן בלויז אַן אויבערפֿלעכלעכע ראָלע. צוליב דעם, נעמען אַ סך הײַנטיקע ייִדן אויף ליובאַוויטש ווי אַן אַלטערנאַטיוו צו די וועלטלעכע קהילה־צענטערס און פֿעדעראַציעס, נישט ווי אַ קוואַל פֿון ידיעות וועגן סודות־התּורה און הויכע מיסטישע עבֿודות.

פֿונדעסטוועגן, בין איך בשום־אופֿן נישט מסכּים מיט כאַנעס, ווײַל ער מאַכט אַ גרויסן מעטאָדאָלאָגישן טעות, זײַענדיק אַ סאָציאָלאָג; די סאָציאָלאָגן פֿאַרנעמען זיך מיט גענוג פֿאַרשפּרייטע מאַסן־טענדענצן, אָפֿט פֿאַרזעענדיק די פּאָטענציעלע השפּעות און אייגנאַרטיקע מחשבֿות פֿון מאַרגינאַלע יחידים און פּיצל־קליינע גרופּעס, הגם זיי קאָנען זײַן אַ סך מער אינטערעסאַנט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ריזיקן המון, פֿון דער פֿילאָסאָפֿישער און היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. אין דער געשיכטע זענען שוין געשען אַ סך פֿאַלן, ווען אַ קליינטשיקע גרופּע אָדער אַ געוויסער געדאַנק האָט זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין אַ מעכטיקן היסטאָרישן כּוח.

חסידות האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יחיד, וועלכער האָט צוגעצויגן אַ קליינע צאָל דערהויבענע נשמות — די תּלמידים פֿונעם בעל־שם־טובֿ און זייערע גײַסטיקע יורשים. שפּעטער, ווי אַ נעץ פֿון מאַסן־באַוועגונגען, וועלכע האָבן לכתּחילה געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון מאַרגינאַלע און סתּירותדיקע, איז אינעם פֿאָקוס פֿון חסידות געבליבן די פּערזענלעכע עבֿודה פֿונעם יחיד.

וויפֿל הינדוסן זענען עכטע גורוס? וויפֿל סופֿי־מוסולמענער זענען דערהויבענע מיסטיקער? וויפֿל בודיסטן זענען שוין נאָענט צו דער מדרגה פֿונעם בודאַ? סאָציאָלאָגיע איז נישט מסוגל צו ענטפֿערן אויף אַזעלכע קשיאות. די זעלבע מעשׂה איז מיט די חסידות; בלויז אַ קליינע צאָל יחידים אין אַ חסידישער קהילה פֿאַרנעמט זיך מיט טיפֿע סודות־התּורה און הויכע עבֿודות, הגם דאָס איז דער טעאָרעטישער ציל פֿאַר יעדן איינעם.

צום בעסטן, קאָן מען מיט סאָציאָלאָגישע מיטלען זיך משער זײַן, אין וואָסערע גרופּעס הערשט דער בעסטער קלימאַט, וווּ עס קאָנען אויפֿקומען אַזעלכע יחידים. מע קאָן זאָגן, אַז אינעם סאָציאַלן זין, זענען די „סאַמע חסידישע קהילות‟ די, וואָס דערמעגלעכן אַזאַ פּאָטענציאַל פֿאַרווירקלעכט צו ווערן צווישן זייערע אָנהענגער.

לויט מײַן מיינונג, שטייען אין דעם געביט אויבן־אָן דווקא ליובאַוויטש און סאַטמאַר, ווי גרויסע און ברייט־פֿאַרשפּרייטע מאַסן־באַוועגונגען. צווישן די קלענערע, וואָס זענען בנימצא אין צפֿון־אַמעריקע, איז כּדאַי צו דערמאָנען אויך בראַצלעוו און טאָש. די גרענעצן צווישן די דאָזיקע קהילות זענען צומאָל צעשווענקט.

אַ סך באַשיידענע מתפּללים אין די ליובאַוויטשער שילן, וואָס אַרבעטן אַ גאַנצן טאָג און חלומען נישט צו מאַכן אַ שנאָרערײַ־קאַריערע ווי אַ חב״ד־שליח, לערנען חסידות אַ פּאָר שעה פֿאַר שחרית, כּדי צו דאַוונען מיט כּוונה. אַ טייל בעל־תּשובֿות, וואָס דערנענטערן זיך צו חב״ד מיט אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון אינדישע מעדיטאַציעס און „ניו־איידזש‟, ווערן נאַטירלעך צוגעצויגן צו ערנסטע חסידישע עבֿודות. אין אַזאַ אַטמאָספֿער פֿילט זיך זיכער דער גײַסט פֿון תּורת־החסידות.

די בראַצלעווער חסידים — אָדער ברעסלאָווער, ווי מע רופֿט זיי הײַנט — שטעלן מיט זיך פֿאָר אין אַמעריקע אַ קליינע, אָבער אַ וויכטיקע נעץ פֿון קהילות, וווּ דער עולם לערנט אַקטיוו רבי נחמנס תּורה און פֿאַרנעמט זיך מיט התבודדות — מעדיטאַציעס אין אַ וואַלד אָדער אַ פּאַרק שפּעט בײַנאַכט. אַ צאָל פּראָמינענטע אַמעריקאַנער בראַצלעווער לערנען אַקטיוו און פֿאַרשפּרייטן קבלה.

די אָרגאַניזאַציע „היכל־מנחם‟, וואָס האָט אַ שיל, אַ ביבליאָטעק און אַ ספֿרים־קראָם אין באָראָ־פּאַרק, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די ליובאַוויטשער תּורת־החסידות אויף אַן ערנסטן און סיסטעמאַטישן אופֿן, ציט צו כּסדר די סאַטמאַרער. סאַטמאַר באַטרעפֿט אויך אַ גרויסן חלק פֿון די, וואָס פֿאָרן יעדעס יאָר קיין אומאַן אויף ראָש־השנה. בעצם, קאָמבינירן אַזעלכע מענטשן די שיטה פֿונעם סאַטמאַרער רבין מיטן ליובאַוויטשער אָדער בראַצלעווער חסידות.

דווקא צוליב די סקעפּטישע ווערטער פֿונעם סאַטמאַרער רבין וועגן דעם דרך־הבעש״ט, האָט זיך אין סאַטמאַר געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ מע קאָן זיך פֿאַרנעמען מיט כּלערליי היסטאָרישע מינים חסידות. אין פֿאַרגלײַך מיט די בעלזער, גערער אָדער אַפֿילו ליובאַוויטשער, וואָס פֿאָלגן די עצות פֿון זייער רבין און קוקן נישט צופֿיל אַרײַן די אַנדערע חסידישע דרכים, זענען נישט ווייניק סאַטמאַרער יונגע־לײַט נײַגעריק צו לערנען סיסטעמאַטיש קבלה און טיפֿע ספֿרי־חסידות.

צוליב דעם, וואָס סאַטמאַר האָט נישט קיין אייגענעם באַשטימטן דרך פֿון חסידות, קאָן אַזאַ קהילה דינען ווי אַ פּלאַטפֿאָרם פֿאַר פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן. אויב אינעם הײַנטיקן דור זענען מער נישטאָ קיין לעבעדיקע רביים, וואָס זאָלן פֿירן אַ מענטשן אויפֿן דרך פֿונעם בעל־שם־טובֿ, איז דווקא אינטערעסאַנט פֿאַר אַ נײַגעריקן יחיד צו פֿאַרשטיין די חסידישע דרכים אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן, פֿאָרשנדיק אַליין די אַלטע ספֿרים און אַרײַנקוקנדיק אין בראַצלעוו צי אַנדערע קהילות.

וואָס שייך די לעבעדיקע רביים, „להבֿדיל בין חיים לחיים‟, איז כּדאַי צו דערמאָנען קרית־טאָש — אַ חסידיש שטעטל לעבן מאָנטערעאָל, וואָס איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכן דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ שבֿועות. אין קרית־טאָש וווינען בערך 4,500 טויזנט מענטשן. דער הײַנטיקער טאָשער רבי, משולם־פֿײַוויש סגל־לוי, איז געבוירן געוואָרן אין אונגערן, נישט ווײַט פֿון סאַטמאַר, אינעם יאָר 1921. דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם קאָמאַרנער רבין, יצחק־אײַזיק סאַפֿרין, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַנע גאָר שווערע און טיפֿע קבלהדיקע ווערק.

להיפּוך צו די סאַטמאַרער, האַלטן אָבער די טאָשער חסידים בפֿירוש, אַז ס׳איז גאָר וויכטיק און נייטיק צו פֿאַרנעמען זיך טיף און ערנסט מיט דרך־הבעש״ט, אַז דווקא בזכות דעם וועט קומען משיח, און אַז בלויז אַ דאַנק דעם בעל־שם־טובֿ איז הײַנט מעגלעך בכלל צו זײַן אַ ייִד. לכּבֿוד שבֿועות, האָט מען אין קרית־טאָש פֿאַרשפּרייט ספּעציעלע אַגיטאַציע־בלעטלעך וועגן דעם. בעת מײַן קורצן באַזוך, האָב איך גלײַך געטראָפֿן אַ צאָל יונגע־לײַט, וואָס פֿאַרנעמען זיך טאַקע פֿלײַסיק מיטן לערנען קבלה און פֿאַרשיידענע חסידישע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער און בראַצלעווער. דעם סאַטמאַרער רבין האַלטן זיי אויך פֿאַר אַ גרויסן חסידישן צדיק און מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים דערקלערן, אַז זײַנע ווערטער וועגן דעם דרך־הבעש״ט דאַרפֿן מען נישט אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך.

קוקנדיק אויף די הנהגות פֿונעם דורכשניטלעכן חסידישן, קאָן מען נישט מאַכן דעם אויספֿירן וועגן די יחידים. די פּערזענלעכע דרכים און מאַסן־באַוועגונגען זענען צוויי באַזונדערע, און אַפֿילו היפּוכדיקע, זאַכן. יעדער שעפֿערישער מענטש, אַן אָריגינעלער דענקער אָדער אַ מיסטיקער איז אַן אוניקאַלער יחיד־בדורו, וואָס לעבט מחוץ די פֿאַרגליווערטע סאָציאַלע נאָרמעס פֿונעם דור און ממילא מחוץ די גרענעצן פֿון סאָציאָלאָגיע.