פֿאַר וואָס אַזוי ווייניק ייִדישע אַרטיקלען פֿון פֿרויען?

Why are So Few Yiddish Articles Written By Women?


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 29, 2014, issue of July 18, 2014.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מײַן מיטאַרבעטער, לייזער בורקאָ, אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם, אַז פֿרויען לייענען אַ סך מער ליטעראַטור ווי מענער, אָבער ווען עס קומט צום לייענען צײַטונגען, און בפֿרט די ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען און זשורנאַלן, איז אפֿשר פֿאַרקערט, ווײַל אַ סך פֿון דער טעמאַטיק שפּיגלט נישט אָפּ דאָס לעבן פֿון פֿרויען אָדער פֿונעם ברייטן עולם בכלל //yiddish.forward.com/articles/179401/who-s-reading/?. דערבײַ פֿרעגט בורקאָ אַ גוטע שאלה: פֿאַר וואָס זענען בלויז דרײַ פֿון די פֿופֿצן „פֿאָרווערטס‟־קאָלומניסטן פֿרויען?

ווי איינע פֿון יענע געציילטע „פֿאָרווערטס‟־שרײַבערינס, האָב איך זיך אַליין פֿאַראינטערעסירט מיט דער קשיא, און האָב זיך געוואָנדן צו אַ צאָל ייִדיש־קענער, מיט דער פֿראַגע: פֿאַר וואָס זענען טאַקע דאָ אַזוי ווייניק פֿרויען, וואָס שרײַבן מיינונג־אַרטיקלען, בלאָגן און פֿעליעטאָנען אויף ייִדיש?

איין זאַך וואָס כּמעט אַלע האָבן באַטאָנט איז דער פֿאַקט, וואָס פֿרויען האָבן צו ווייניק צײַט אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל אויף ייִדיש. שׂרה־באָבי זילבערמאַן, וועלכע גיט יעדע וואָך איבער די נײַעס פֿון מעלבורן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און האָט שוין אַליין אָנגעשריבן אַ ראָמאַן, האָט ציטירט די שרײַבערין רחל וועפּרינסקי, מאַני לייבס צווייטע פֿרוי, וועלכע האָט מיט 90 יאָר צוריק געזאָגט אַ זאַך, וואָס איז, צום גרעסטן טייל, נאָך אַלץ חל אויף הײַנט: „אַז מע קומט פֿון דער אַרבעט, דאַרף מען גרייטן צום טיש און פֿאַרנעמען זיך, צו ערשט, מיט די קינדער און דערנאָך מיטן מאַן. און אַז אַלע גייען שלאָפֿן און מע האָט שוין אַ שטילע צײַט צו אַרבעטן, איז מען שוין מיד.‟

אויב אַזוי, ווי האָט זילבערמאַן געפֿונען די צײַט אָנצושרײַבן אַ גאַנצן ראָמאַן? „איך האָב טאַקע געאַרבעט אויף דעם פֿינעף יאָר לאַנג, און מערסטנס זײַענדיק אין דער היים נאָך אַ שווערער אָפּעראַציע,‟ האָט זי געזאָגט. העטער וואַלענסיאַ, אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין שאָטלאַנד, האָט ציטירט חווה ראָזענפֿאַרב (אַ שרײַבערין פֿון דווקא זייער לאַנגע ראָמאַנען!): „ס׳איז גרינגער פֿאַר אַ פֿרוי צו שרײַבן אַ קורץ ליד צווישן די אַרבעטן פֿון רייניקן די פּאָדלאָגע און קאָכן וועטשערע, איידער זיך צו קאָנצענטרירן אויף אַ לענגערן פּראָזע־אַרטיקל אָדער ראָמאַן.‟

ס׳איז אָבער אויך דאָ נאָך אַ סיבה, פֿאַר וואָס עס געפֿינען זיך ווייניק אַרטיקלען פֿון פֿרויען: זייער אָפֿט האָבן זיי ווייניקער צוטרוי צו זיך ווי מענער.

„מענער ווערן דערצויגן צו גלייבן אין זייערע פֿעיִקייטן, אָבער פֿרויען האָבן ווייניקער זעלבסט־זיכערקייט,‟ האָט דערקלערט הינדע בורשטיין, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין מעלבורן. „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז בײַ געוויסע פֿרויען ליגט אַ סך מאַטעריאַל אויף ייִדיש בײַ זיי אין שופֿלאָד, ווײַל זיי קלערן: ׳ווער וויל לייענען וואָס איך שרײַב?׳‟

בורשטיין האָט שוין אַליין אָנגעשריבן עטלעכע אַרטיקלען אויף ייִדיש ווי, למשל, אַן עסיי וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין דרום־אַפֿריקע, און אַ הומאָריסטישן אַרטיקל וועגן ספּאָרט, אָבער האָט אין ערגעץ זיי נישט אַרײַנגעשיקט, כאָטש סײַ דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, סײַ אַ מיטאַרבעטער פֿון „אויפֿן שוועל‟ האָבן זי שוין געבעטן.

„דער אמת איז, עס נעמט מיר אַ לאַנגע צײַט צו שרײַבן אויף ייִדיש, ווײַל איך שרײַב זייער פּאַמעלעך, מיט דער האַנט,‟ האָט בורשטיין זיך פֿאַרענטפֿערט. „אַחוץ דעם, ווייס איך נישט, צי די לייענער וועלן זײַן פֿאַראינטערעסירט. אפֿשר זענען מײַנע אַרטיקלען ׳צו אויסטראַליש׳?‟

דער חילוק צווישן מענער און פֿרויען, וואָס שייך צוטרוי צו זיך, זעט מען אויך אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, האָט באַמערקט אַניק פּרים מאַרגולעס, אַ ייִדיש־לערערין אין פּאַריז און די מחברטע פֿון אַ ייִדיש־לערנבוך פֿאַר קינדער. פּרים מאַרגולעס האָט דערציילט, אַז די דירעקטאָרין פֿון אַן אָנגעזעענעם ליציי (מיטלשול) אין פּאַריז, וווּ בלויז תּלמידים מיט זייער גוטע צייכנס ווערן אָנגענומען, האָט איין מאָל פֿאַרגלײַכט דעם חילוק צווישן די ייִנגלעך און די מיידלעך, וואָס אַפּליקירן אַהין: „די ייִנגלעך, וואָס האָבן קוים דערגרייכט דעם ניוואָ, טראַכטן: ׳נו, איך וועל קאַנדידירן סײַ־ווי־סײַ, מ׳עט זען, און טאָמער מע וועט מיך נישט אָנננעמען, וועל איך קאַנדידירן אין אַן אַנדער ליציי.׳ אָפֿט מאָל וועט דער ליציי זיי סײַ־ווי אָננעמען, בפֿרט אויב די שול האָט נאָך נישט באַקומען גענוג קאַנדידאַטן.

„און די מיידלעך? זיי טראַכטן: ׳איך האָב כּמעט דערגרייכט די צייכנס, וואָס איך דאַרף אָנצוקומען אַהין, אָבער זיי זענען נאָך אַלץ נישט גענוג הויך, קען איך נישט קאַנדידירן.׳ הייסט עס, אַז אַפֿילו בײַ אַ יונגן עלטער, איז די אַליין־צענזור בײַ מיידלעך שוין שטאַרק אײַנגעקריצט אין מוח,‟ האָט פּרים מאַרגולעס געזאָגט.

נאָמי דזשאָונס, אַ ביבליאָטעקערין, וואָס שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן ייִדישער ליטעראַטור, האָט דערציילט וועגן דעם פּראָיעקט, VIDA Count, וואָס מעסט וויפֿל אַרטיקלען פֿון פֿרויען ווערן געדרוקט אין די ענגלישע צײַטשריפֿטן, און מוטיקט די רעדאַקציעס צו ווערבירן מער פֿרויען־שרײַבער. „ווען די רעדאַקטאָרן מוטיקן פֿרויען און גיבן זיי אָרט, מאַכט עס אַ גרויסן אונטערשייד,‟ האָט דזשאָונס געזאָגט. איין זשורנאַל, למשל, Paris Review, האָט פֿאַראַיאָרן באַמערקט, אַז זייער ווייניק פֿרויען שיקן זיי אַרטיקלען, האָט די רעדאַקציע אַקטיוו געזוכט שרײַבערינס, און מיט אַ יאָר שפּעטער האָט די פּראָפּאָרץ צווישן מענער און פֿרויען מחברים כּמעט זיך אויסגעגלײַכט.

שבֿע צוקער, די רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל‟, האָט געקלערט פֿון אַן אַנדערער מעגלעכקייט: „אפֿשר זענען מענער מער ׳פֿאַנאַטיש׳ — דאָס הייסט, מער אידעאָלאָגיש־געשטימט, ווי פֿרויען, און דאָס שטופּט זיי צו שרײַבן אויף ייִדיש, אַפֿילו אויב קיין גרויסע פּרנסה וועלן זיי מסתּמא נישט מאַכן דערפֿון,‟ האָט זי געזאָגט.

„איך טראַכט, למשל, וועגן דער כאָפּטע יונגע לײַט, וואָס אַהרן ווערגעליס האָט צוגעצויגן צו ׳סאָוועטיש היימלאַנד׳,‟ האָט צוקער געזאָגט. „משה לעמסטער, באָריס סאַנדלער, גענאַדי עסטרײַך, וועלוול טשערנין — נישטאָ קיין איין פֿרוי, כאָטש קיין אונטערשייד אין בילדונג צווישן די מיידלעך און ייִנגלעך איז נישט געווען.‟

מיט אַנדערע ווערטער, כאָטש ביידע — נישט די ייִנגלעך, נישט די מיידלעך — זענען נישט געגאַנגען אין קיין ייִדישער שול, האָבן די מענער אַרויסגעוויזן אַ גרעסערן אינטערעס צום שרײַבן אויף ייִדיש ווי די פֿרויען. און דאָס איז נישט געווען גרינג, ווײַל סײַ סאַנדלער, סײַ לעמסטער האָבן זיך נישט אויסגעלערנט דעם ייִדישן אַלף־בית, ביז זיי זענען שוין געווען דערוואַקסענע.

רענאַטאַ זינגער, אַן אַקטיוויסטקע פֿאַר פֿרויען־רעכט אין מעלבורן, האַלט אָבער, אַז מע דרוקט נישט קיין אַרטיקלען פֿון פֿרויען, ווײַל „ס׳איז תּמיד געווען אַ מענערישע כאַליאַסטרע צווישן די ייִדישע שרײַבער, און ס׳איז נאָך אַלץ אַזוי. די רעדאַקטאָרן זענען תּמיד געווען מענער — צי דאָס איז געווען ׳די גאָלדענע קייט׳ אָדער דער ׳פֿאָרווערטס׳. מענער פֿילן זיך באַקוועמער מיט אַנדערע מענער, וועלן זיי גיכער מיטאַרבעטן מיט מענער ווי מיט פֿרויען.

„בלויז איין זשורנאַל האָט אַ פֿרוי פֿאַר אַ שעף־רעדאַקטאָרין — ׳אויפֿן שוועל׳ — און דאָרט זענען טאַקע דאָ כּמעט אַזוי פֿיל אַרטיקלען פֿון פֿרויען ווי פֿון מענער!‟

זינגער האָט פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל אײַנפֿירן אַ סיסטעם, ווי מע האָט געטאָן אין אויסטראַליע, וווּ מע האָט גערופֿן די קאָרפּאָראַציעס און אָרגאַניזאַציעס אַרײַנצונעמען אַ מינימום פֿון 25% פֿרויען אין זייערע פֿאַרוואַלטונגען. „אויב די רעדאַקציעס וואָלטן באַשטימט, אַז 25% פֿון זייערע אַרטיקלען זאָלן זײַן פֿון פֿרויען, וואָלט מען שוין געזען אַן אונטערשייד.‟

רחמיאל פּעלץ, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין „דרעקסעל־אוניווערסיטעט‟, אין פֿילאַדעלפֿיע, האָט געזאָגט, אַז בכלל פֿעלט אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַ פֿרויען־טעמאַטיק. „מיט יאָרן צוריק האָב איך 15 יאָר לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־שמועס אין אַ קהילה־צענטער פֿאַר עלטערע לײַט, און אונדזער הויפּט־אַקטיוויטעט איז געווען — לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳,‟ האָט ער געזאָגט. „דרײַ־פֿערטל פֿון די באַטייליקטע זענען געווען פֿרויען, און וואָס מיינסטו איז געווען דאָס וויכטיקסטע בײַ זיי? ׳נײַעס פֿאַר בני־בית׳! עס זענען זיי געפֿעלן געוואָרן די אַרטיקלען ווי מע קאָן פֿאַרבעסערן זיך אַליין, די פּערזענלעכע געזונט־ענינים, און פֿאַרשידענע ידיעות וועגן די הײַנטיקע מענטשלעכע באַדערפֿענישן.

„מיר האָבן הײַנט אַזוי ווייניק ייִדישע צײַטונגען, דאַרף מען זיך טאַקע ריכטן מיטן עולם,‟ האָט פּעלץ געזאָגט. „בדרך־כּלל, זענען די אַרטיקלען אינעם ׳פֿאָרווערטס׳ בלויז אויף טעמעס, וואָס די שרײַבער ווילן שרײַבן, און נישט וואָס די לייענער ווילן לייענען. די רעצענזיעס פֿון רוסישע ביכער און אַרטיקלען וועגן אינטעלעקטועלע ענינים זענען מיר פּערזענלעך אינטערעסאַנט, אַבער דעם ברייטן עולם — נישט. מע דאַרף אַ באַלאַנס: מער אַרטיקלען וועגן ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן דאָס לעבן, וועגן משפּחה־באַציִונגען. אינעם Philadelphia Inquirer, למשל, שרײַבט מען ווייניק וועגן ביכער, און אַ סך מער וועגן דעם הײַנטצײַטיקן לעבן. און אויב עס זענען נישטאָ גענוג פֿרויען אין דער רעדאַקציע, וואָלט איך געפֿאָדערט בײַ די מענער צו שרײַבן אויף דער ׳פֿרויען־טעמאַטיק׳. איך וואָלט אַליין געוואָלט לייענען מער פּערזענלעכע אַרטיקלען אויף ייִדיש.‟

פּעלץ האָט דערמאָנט די רובריק The Sisterhood (אַ רובריק פֿון און וועגן פֿרויען) וואָס געפֿינט זיך אינעם Forward. „פֿאַר וואָס איז טאַקע נישטאָ אַזאַ רובריק אינעם ייִדישן ׳פֿאָרווערטס׳?‟ פֿרעגט ער.

„פֿרויען זענען זייער אַקטיוו אין דער וועלט פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ווי איבערזעצער, פּראָפֿעסאָרן און ביבליאָטעקערינס, אָבער אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל האָבן זיי אפֿשר נישט קיין קוראַזש,‟ האָט באַמערקט מרים־חיה סגל, אַ ביבליאָטעקערין און ייִדישע זינגערין. זי האָט דערציילט, אַז Moment Magazine האָט געוואָלט אַרײַנציִען מער פֿרויען־שרײַבער, אָבער ווען זיי האָבן געבעטן די פֿרויען צו שרײַבן אַרטיקלען, האָבן די פֿרויען געענטפֿערט, אַז זיי זענען נישט קיין מבֿינים. „מע לערנט מענער צו זײַן דרייסט, און פֿרויען — צו זײַן איידל,‟ האָט סגל באַמערקט.

סגל האָט אויך געזאָגט, אַז ס׳וואָלט אפֿשר געהאָלפֿן, ווען מע דרוקט מער אַרטיקלען וועגן פֿרויען. „איך וואָלט געוואָלט לייענען די זכרונות פֿון חיהלע פּאַלעווסקי אָדער אַנדערע פֿרויען, וואָס האָבן געהאַט אַן אינטערעסאַנטע לעבן־געשיכטע,‟ האָט זי געזאָגט. „די ׳פֿאָרווערטס׳־קאָרעספּאָנדענטן וואָלטן געקאָנט אינטערוויויִרן די פֿרויען און אָנשרײַבן אַ פּראָפֿיל וועגן יעדן פֿון זיי.‟

ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו הערן די פֿאַרשידענע מיינונגען וועגן דער פֿראַגע — סײַ וועגן די סיבות, פֿאַר וואָס פֿרויען שרײַבן נישט קיין אַרטיקלען, סײַ וועגן דעם, אַז עס זענען נישטאָ גענוג אַרטיקלען, וואָס אַפּעלירן צו פֿרויען. אַ טייל פֿון די פֿרויען, מיט וועמען איך האָב געשמועסט, האָבן אַפֿילו באַמערקט, אַז אפֿשר איז געקומען די צײַט אַליין אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל אויף ייִדיש. ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין האָט מיר געזאָגט: „אויב מע וואָלט מיך פֿאַרבעטן צו שרײַבן פֿאַרן ׳פֿאָרווערטס׳, וואָלט איך עס זיכער געטאָן…‟