(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„אַ לייזונג פֿון די צוויי שטאַטן מוז זײַן רעאַליסטיש, ווײַל זי גיט די איינציקע האָפֿענונג פֿאַר ביידע פֿעלקער צו האָבן זעלבסט-באַשטימונג, און דאָס איז דאָך די שטרעבונג פֿון ביידע צדדים. אָן אַ פּאַלעסטינער מדינה, וועט אויך ישׂראל, צוליב דער אָנגייענדיקער באַזעצונג, פֿאַרלירן איר מהות ווי אַ ייִדישע מדינה. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט רעכט צו זעלבסט-באַשטימונג, פּונקט אַזוי ווי דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק. אָבער די צרה שטעקט אין דעם, וואָס צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן ווערט אַלץ ווייניקער רעאַליסטיש, צוליב דער באַזעצונג-פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. דער ישׂראלדיקער צד מוז איבערדרייען זײַן באַזעצונג-פּאָליטיק און זיך צוריקציִען פֿון די קאָלאָניעס. דאָס איז דער תּנאַי פֿאַר שלום און זיכערקייט פֿאַר ישׂראל, גלײַך ווי דער פּאַלעסטינער צד דאַרף שלום מאַכן מיט אַ מדינה פֿון בלויז 22% פֿונעם שטח פֿונעם גאַנצן לאַנד.‟
די פֿאַראייניקונג-רעגירונג פֿון „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟ איז לויט איר אַ „פּאָזיטיווער שריט‟, ווײַל עס ענטפֿערט אויף דער טענה צו אַבו מאַזען, אַז ער איז נישט קיין פֿאָרשטייער פֿון אַלע פּאַלעסטינער. „אויב ׳כאַמאַס׳ וועט טאַקע אָננעמען די צוויי שטאַטן, זיך אָפּזאָגן פֿון געוואַלט, וכדומה, למאַי איז דאָס שלעכט? איך האַלט, אַז ׳כאַמאַסעס׳ התחײַבֿות איז אמתדיק; אַנישט, קענסטו זיך דעמאָלט אַנטקעגנשטעלן, אַז מע מוז די רעגירונג מישפּטן לויט אירע מעשׂים. די זעלבע זאַך איז אויך חל אויף די פֿאַרשידענע אינטערנאַציאָנאַלע טראַקטאַטן, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן צו זיי שוין אַפּליקירט (ווי טראַקטאַטן פֿון מענטשן-רעכט), אָדער פּלאַנירן צו אַפּליקירן אין דער צוקונפֿט. וואָס פֿאַר אַ שלעכטס קען אַרויסקומען פֿון דעם, אַז די פּאַלעסטינער זענען איצטער אָפֿיציעל מחויבֿ צו האַלטן זיך בײַ מענטשן-רעכט? פֿון יעדן קוקווינקל דאַרף עס באַטראַכט ווערן ווי אַ פּאָזיטיווער טריט.‟
זי איז זיכער, אַז זי וועט זיך אַריבערציִען אין דער פּאַלעסטינער מדינה, ווי נאָר זי וועט געגרינדעט ווערן. זי חלומט צו דינען ווי די ערשטע פּאַלעסטינער אַמבאַסאַדאָרין אין מדינת-ישׂראל. אַחוץ דעם ביסל העברעיִש, וואָס זי געדענקט פֿון אירע לימודים (דעם זאַץ: „אני רוצה שלום‟), האָט זי באַהערשט צוויי ייִדישע ווערטער פֿון וווינען אין ניו-יאָרק: „משוגענער‟ און „מענטש‟.
איך פֿרעג זי: וועמען וואָלט זי אַרײַנגעשטעלט אין דער רשימה פֿון „מענטשן‟? אָבאַמאַ („אפֿשר!‟), דער סאַודיע-מלך („רעלאַטיוו פּראָגרעסיוו‟), אורי אַבֿנרי, די צײַטונג „האָרץ‟, יאָסי ביילין, כאַנאַן אַשראַווי, עמירה האַס, מוסטאַפֿאַ באַרגוטי און דזשערעמי בן-עמי (דזשיי-סטריט, „משכמו-ומעלה!‟).
זי ענדיקט אונדזער געשפּרעך מיט אַן אָנווענדונג צו די „פֿאָרווערטס‟-לייענער: „יעדער צד פֿונעם סיכסוך מוז אָנערקענען סײַ זײַן שלעכטס, סײַ די רעכט פֿונעם אַנדערן צד. כּדי צו דערגרייכן שלום און גערעכטיקייט פֿאַר איין צד, מוז מען שטרעבן צו שלום און גערעכטיקייט פֿאַרן אַנדערן צד אויכעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.