(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צום טייל, האָט די דאָזיקע טראַגישקייט זיכער צו טאָן מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער לאַנדשאַפֿט, וואָס איז אַזוי געדיכט באַזייט מיט ייִדישע דענקמעלער, מוזייען, בית־עולמס, געוועזענע שיל־בנינים און וואָס נישט, כאָטש קיין ייִדן זעט מען ניט פֿאַר די אויגן. ווי קען מען דאָרט האַלטן, אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט, ווען אַפֿילו די ווייניק פֿאַרבליבענע אַלטע ייִדן זאָגן נאָך ייִדיש אַ קדיש?
דאַוויסעס ענטפֿער אויף דער דאָזיקער סקאַרבאָווער טראַגישקייט קומט צום סוף: אַ סצענע פֿון אַ „פּאָנק‟־קאָנצערט אין פּאַריז. דער זינגער שרײַט מיט אַלע כּוחות, יונגע־לײַט דרייען זיך פֿיבערדיק, רייכערן פּאַפּיראָסן (ס׳איז דאָך פּאַריז), טאַנצן ווי משוגעים. נאָר צו ביסלעך כאַפּט מען זיך, אַז די ווערטער זײַנען אויף ייִדיש — ס׳איז דאָך דאָס פֿאָלקסליד „די מאַמע איז געגאַנגען‟, געזונגען אויף אַ „פּאָנק־מעטאַלענעם‟ שטייגער, און דער זינגער איז דווקא זשאַן־גבֿריאל דאַוויס אַליין.
דערמיט וויל ער זאָגן: מע דאַרף ניט באַוויינען די פֿאַרגאַנגענהייט, מע דאַרף לעבן, מע דאַרף טאַנצן, זיך מאַכן פֿריילעך — אויף ייִדיש. ס’איז דען פֿאַראַן אַ בעסערער אופֿן זיך אָפּצורופֿן אויף דער ייִדישער געשיכטע, ווי צו שרײַען מיט לעבעדיקע יונגע קולות? מע קען הערן זייער נוסח פֿון „די מאַמע איז געגאַנגען‟, ווי אויך אַנדערע לידער, אויפֿן „יוטיוב‟־זײַטל פֿון דער קאַפּעליע „קלאָנק‟ (Klunk — אַ קאָמבינאַציע פֿון „קלעזמער‟ און „פּאָנק‟):
נאָך אין פּאַריז האָב איך געפֿרעגט דאַוויס, פֿאַר וואָס ער מאַכט אַ פֿילם וועגן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, און ניט אין ישׂראל אָדער אין אַמעריקע. דאָרט וואָלט ער דאָך געפֿונען אַ סך מער ייִדן און אַ סך מער ייִדיש; ער וואָלט אפֿשר, ווי איצט, אײַנגעשטאַנען אין אַ דירה לעבן וויליאַמסבורג, וווּ עס וווינען 70 טויזנט ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. ער וואָלט געזען, אַז ס׳רובֿ ייִדיש־סטודענטן זײַנען טאַקע ייִדן און ס׳איז ניטאָ אַזאַ מאָדנער פֿענאָמען, ווי אין מיזרח־אייראָפּע, פֿון ייִדישער קולטור אָן ייִדן.
דאַוויס האָט געענטפֿערט — גאַנץ ריכטיק — אַז אַ פֿילם וועגן ייִדיש, געמאַכט אויפֿן אָרט, וווּ די ייִדישע קולטור איז טאַקע אויסגעוואַקסן, האָט אַן אייגענעם שׂכל. ער האָט דאָרט אַנטדעקט אַ שיין ייִדיש־וועלטל, וואָס האַלט זיך מיטן כּוח פֿון ניט־ייִדישער בענקשאַפֿט און אידעאַליזם, מיט אַ ביסל הילף פֿון מלוכישע סובסידיעס. נאָר מיר דאַכט זיך, אַז דאַוויס האָט נאָך צוויי פֿילמען צו מאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.