(די 2 טע זײַט פֿון 2)
רות ביידער־גינזבורג האָט ניט בלויז אויסגעדריקט איר זאָרג וועגן די ווירקונגען, וואָס דער דאָזיקער פּסק קאָן האָבן, נאָר אויך וועגן דעם פּרעצעדענט, וואָס ער מאַכט, ווען עס קומט צו ווײַטערדיקע באַשלוסן, וואָס שייך דער פֿרײַהייט פֿון רעליגיע. „וואָלט די דאָזיקע יורידישע באַפֿרײַונג (exemption) אויך זײַן חל אויף די, וואָס צוליב רעליגיעזע גלויבנס, האַלטן ניט פֿון קיין בלוט־טראַנספֿוזיעס („די דזשעהאָוואַס וויטנעסעס‟); מעדיקאַמענטן קעגן דער דעפּרעסיע („סײַענטאָלאָגיסטן‟); מעדיקאַמענטן, וואָס מע שאַפֿט פֿון חזרים, אַזוי ווי אַנעסטעזיע; פֿליסיקייטן, וואָס מע לאָזט אַרײַן דורך די אָדערן, און פּילן, באַשמירט מיט זשעלאַטין (געוויסע מוסולמענער, ייִדן און הינדוס), ווי אויך וואַקצינען‟, האָט די ריכטערין געשריבן, פֿרעגנדיק מיט דעם, ווי ווײַט מע וועט דערלאָזן, אַז דער פּראָצעס זאָל גיין.
שׂרה זעלצער, אַ פּראָמינירטע זשורנאַליסטקע און פֿעמינסטקע, וואָס שרײַבט פֿאַרן Forward, האָט איבערגעגעבן אין אַ בליצבריוו צום מחבר פֿון די שורות, אַז „די אַנומלטיקע טענדענץ פֿונעם געריכט איז טאַקע באַאומרויִקדיק, ניט נאָר צוליב איר קעגנערשאַפֿט צום אַבאָרט, נאָר אויך ווײַל זי איז באַזירט אויף אַ שוואַכן פֿאַרשטאַנד פֿון וויסנשאַפֿט, און דעקט די מיינונגען פֿון די בעל־הבתּים איבער דעם, וואָס ס׳ווילן די אָנגעשטעלטע.‟ ווי אַ משל, פֿונעם שוואַכן פֿאַרשטאַנד פֿון וויסנשאַפֿט, מיט וועלכן דאָס געריכט האָט געמאַכט זײַן באַשלוס, האָט זעלצער דערקלערט, אַז אין קעגנזאַץ צום פּסק פֿונעם געריכט, זענען די Morning-After Pills, די פּילן, וואָס מע נעמט באַלד אײַן נאָכן האָבן סעקס, כּדי אויסצומײַדן צו פֿאַרשוואַנגערן, ניט גורם קיין אַבאָרט, נאָר פֿאַרזיכערן, מע זאָל בכלל ניט ווערן טראָגעדיק. „עס דעמאָראַליזירט טאַקע צו זען, ווי דאָס געריכט שטיצט דעם באַגריף, אַז די קאָרפּאָראַציעס האָבן די זעלביקע רעכט ווי מענטשן, אַנטקעגן דעם געזונט פֿון פֿרויען און זייער רעליגיעזער פֿרײַהייט, ווי יחידים‟ - האָט זי ווײַטער דערקלערט אינעם בריוו.
די אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילה האָט אויך ניט געשוויגן וועגן דעם באַשלוס מצד דעם העכסטן געריכט. צום מערסטן טייל, האָבן די „הויפּט־שטראָמיקע‟ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנהייט מיטן פּסק אין דער זעלביקער צײַט, וואָס די חרדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אים געשטיצט. „דער ייִדישער ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟ (Jewish Council for Public Affairs) אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, האָט געזאָגט, אַז דער פּסק איז אַ „טריט צוריק פֿאַרן עפֿנטלעכן פֿאָלקס־געזונט‟.
די אָרגאַניזאַציע האָט פֿריִער, צוזאַמען מיטן „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟ געהאַט געשיקט אַ יורידישן שטיצבריוו צום העכסטן געריכט קעגן דעם, אַז מע זאָל דערלויבן פּריוואַטע פֿירמעס ניט צו באַצאָלן פֿאַרן געבורט־קאָנטראָל פֿון זייערע אָנגעשטעלטע, צוליב רעליגיעזע סיבות. „מיר זענען אַנטוישט מיטן הײַנטיקן באַשלוס‟, האָט געזאָגט הרבֿ סטיוו גוטאָו, דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟ אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע. „די ייִדישע קהילה האָט אַן אינטערעס, סײַ צו באַשטעטיקן די רעליגיעזע פֿרײַהייט און סײַ צו באַשטעטיקטן די ’פֿאַרמערונג־פֿרײַהײַט‘ (Reproductive Freedom) פֿון פֿרויען… מיר זענען שטאַרק באַזאָרגט, אַז דער פּסק וועט אין דער צוקונפֿט דערמעגלעכן, אַז אַנדערע פּריוואַטע פֿירמעס זאָלן קענען זיך אָפּזאָגן פֿון דעקן אַ סך פֿאַרשידענע מעדיצינישע פּראָצעדורן, צוליבן גלויבן פֿון זייערע בעל־הבתּים‟.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די אַמעריקאַנער „אַגודת־ישׂראל‟ געשריבן אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, אַז „מיר באַגריסן ענטוזיאַסטיש דעם פּסק פֿונעם העכסטן געריכט.‟ די אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיט אַ טוץ אַנדערע חרדישע גרופּעס, האָט פֿריִער געהאַט געשיקט אַ יורידישן שטיצבריוו צום העכסטן געריכט. די קאָאַליציע פֿון אָרטאָדאָקסישע גרופּעס האָט אַרויסגעזאָגט זייער מיינונג אינעם בריוו, אַז „דער אַקט פֿון באַנײַען די רעליגיעזע פֿרײַהייט‟, אַ געזעץ פֿון 1993 וואָס באַשטעטיקט די רעכט פֿון יחידים זיך אָפּצוזאָגן פֿון געוויסע פּראָגראַמען, וואָס זענען קעגן זייערע רעליגיעזע גלויבנס, זאָל אויך זײַן חל אויף די געשעפֿטן, וואָס פֿאַרדינען געלט, ווײַל אויב ניט, קען עס דערפֿירן צו דעם, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל צווינגען דעם בעל־הבית פֿון אַ געשעפֿט צו טאָן זאַכן, וואָס זענען קעגן זײַן רעליגיע.
הרבֿ אַבאַ כּהן, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון „אַגודת־ישׂראל‟, האָט געשריבן אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, אַז „גלויבנדיקע אַמעריקאַנער טאָרן ניט מוותּר זײַן אויף זייערע רעליגיעזע רעכט, ווען זיי שאַפֿן געשעפֿטן, וואָס געהערן צו זייערע משפּחות, און ווילן מאַכן מאָראַלישע און עטישע אימפּעראַטיוון ווי אַ טייל פֿון זייער געשעפֿט. דאָס געזעץ דערלאָזט אונדזערע בירגער צו פֿירן זייערע לעבנס, סײַ וואָס שייך זייערע פּריוואַטע לעבנס און סײַ זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע טעטיקייט, לויט זייערע גלויבנס און לויט די דעות פֿון זייער געוויסן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.