די אַקאַדעמיע איז הײַנט נישט מער ווי אַ טײַער שוי־פֿענצטער. אַ דיפּלאָמע פֿון אַ באַרימטן אוניווערסיטעט איז ווערט געלט, אַ סך פֿון דער יונגוואַרג ווערט סערווירט הײַנט אַן איבערגעשטאַנען מאכל, אַ סך פֿון די פּראָפֿעסאָרן פֿאַרלאָזן זיך אויף זייערע געהילפֿן צו לערנען זייערע קלאַסן, דער עיקר דאַרף מען אָנטרעפֿן אויף אַן ערנסטן, איבערגעגעבענעם פּראָפֿעסאַר מיט אַ געוויסן.
מיר איז גוט, איך בין געווען אַ יתום. זינט דער פּראָפֿעסאָר אוריאל ווײַנרײַך איז נפֿטר געוואָרן יונגערהייט, האָט שוין ייִדיש אָנגעוווירן איר סטאַטוס ווי אַ פֿולע קאַטעדרע און געבליבן נישט מער ווי אַ ייִדיש־פּראָגראַם.
די ייִדיש־קאַטעדרע האָט זיך אין די זעכציקער יאָרן געפֿונען אין דער לינגוויסטישער אָפּטיילונג פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט צוזאַמען מיט אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אין די אַכציקער יאָרן, ס’הייסט אין מײַנע צײַטן איז עס נאָך אַלץ אײַנגעשטאַנען אינעם „פֿילאָסאָפֿי האָל‟־געבײַדע.
לינגוויסטיק איז אין די אַכציקער יאָרן אַראָפּ פֿון דער אַרענע, איז דער ייִדיש־פּראָגראַם אַדאַפּטירט געוואָרן פֿון דער דײַטשער אָפּטיילונג. דעם אמת געזאָגט האָט די דײַטשע אָפּטיילונג געפֿירט באַזונדערע קורסן וואָס האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון דײַטש, ווי דעניש, האָלענדיש און שוועדיש.
אין יענע יאָרן בין איך געווען אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין קאָלומביע. געפֿירט האָט די ייִדיש קלאַסן מיכל הערצאָג, זײַט מוחל, דער „דעקאַן‟ מיכל הערצאָג אָן אַ ציל און אָן אַ חשבון.
אַזוי ווי איך האָב גוט געקענט אוריאלן קען איך עדות זאָגן אַז ער איז געווען אַ נאַיִווער ליטוואַק, אַ בריליאַנטענער לינגוויסט, און נישט באַוויזן צוליב זײַן פֿריצײַטיקער קראַנקהײַט צוצוגרייטן אויף זײַן אָרט קוואַליפֿיצירטע, איבערגעגעבענע און ערנסטע ייִדיש־קענער, וועלכע זאָלן זײַן בכּוח ממשיך צו זײַן די ייִדישע ירושה.
איז כּל־זמן דער גאָר קוואַליפֿיצירטער פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלץ האָט געפֿירט די ייִדיש־פּראָגראַם איז אַלץ געגאַנגען ווי געשמירט. מיר האָבן ביידע געהאַט איבער הונדערט סטודענטן, סײַ אָנהייבער, מיטעלע און אַוואַנסירטע, און סײַ גראַדויִר־סטודענטן וועלכע האָבן זיך געגרייט צו זייערע מאַגיסטערס און דאָקטאָראַטן אויף פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע ייִדישע געביטן.
איז דאָך גוט! האָט מען ד״ר פּעלצן משלח געווען און נישט באַוויליקט צו געבן חזקה (טעניאָר), וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַר וואָס? וועל איך אײַך מסביר זײַן.
אוריאלס נאָכפֿאָלגער, פּראָפֿעסאָרן מיט חזקה, האָבן איבערגענומען די קורסן פֿון מזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע, ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש, כאָטש ייִדיש איז בײַ זיי געווען אַ ביין אין האַלדז.
געווען אַ צײַט ווען איינער פֿון זיי האָט מיך פֿאַרבעטן אין זײַן קאַבינעט צו כאַפּן אַן ערנסטן שמועס. בין איך געקומען אין צײַט און געווען נײַגעריק צו וויסן אין וואָס עס האַנדלט זיך.
זיץ איך אַזוי אַ שעה און צוויי, און דער פֿויגל באַווײַזט זיך נישט. נו, מילא איז אויס מיט דער גדולה.
מיט אַ טאָג צוויי שפּעטער, טרעף איך דעם צעלייגער אויף די טרעפּ, זאָג איך אים: „ווייסטו וואָס, חבֿרהמאַן! איך וואָלט זיך געוואָלט מיט דיר טרעפֿן אין מײַן קאַבינעט מאָרגן, צען אַזייגער אין דער פֿרי, איך וואָלט געווען אַ בעלנטע דיר אָפּצוטאָן אויף טערקיש און אויך נישט באַווײַזן זיך.‟
נאָך פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלצעס אַוועקגיין, בין איך געבליבן איינינקע אַליין צו נאַוויגירן מיט דעם ייִדיש־פּראָגראַם.
און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. ס’איז קיינער נישט פֿאַרבליבן מיט אַן אינטערעס צו זען, אַז די ייִדיש־פּראָגראַם זאָל לעבן און פֿונקציאָנירן ווי עס פֿירט זיך בײַ אינטערעסירטע אַקאַדעמיקער, וואָס דאַרפֿן אויפֿהאַלטן אונדזער ייִדישן קיום.
האָב איך אַליין געפֿירט די פּראָגראַם איבער צוואַנציק יאָר, אַלע דרײַ מדרגות פֿון ייִדיש, אַרײַנגערעכנט קורסן וועגן ייִדישן טעאַטער און ייִדישן הומאָר. און איך מיין ייִדישן הומאָר; נישט „דזשויִש היומאָר‟, ווי דער נײַער בעזעם האָט אַרײַנגענומען אין זײַן קורס דעם הומאָר פֿון וווּדי אַלען, מעל ברוקס און ניל סײַמאָן.
איך האָב זיך דאָראָבעט צו פֿולע קלאַסן. ייִדישע און נישט־ייִדישע סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט זײַנען געווען מײַנע תלמידים.
יעדע פֿינף יאָר מאַכט מען אַן „עוואַליואַציע‟, איבער שפּראַך־לערער אין קאָלומביע, דאָס הייסט אַן אָפּשאַצונג, נעמלעך צי דער לערער טויג, צי ער טויג אויף כפּרות.
אַ קאָמיטעט פֿון פּראָפֿעסאָרן באַזעצט זיך אויף אַ לעקציע אָפּצושאַצן די קוואַליפֿיקאַציעס פֿון אַ שפּראַך־לערער. בין איך יעדע פֿינף יאָר אַרויס מיט גלענצנדיקע רעזולטאַטן.
איך האָב אויפֿגעכאָוועט אין מײַנע קלאַסן אַ שיינע חבֿרה ייִדישע לערער, וועלכע האָבן איבערגענומען ייִדיש־שטעלעס אין באַקאַנטע אוניווערסיטעטן איבערן לאַנד און אין אויסלאַנד.
נאָך ד״ר רחמיאל פּעלצעס פֿאַרלאָזן זײַן שטעלע, האָב איך געהאָפֿט אַז זײַן שטעלע וועט איבערנעמען איינער פֿון די פֿירנדיקע פֿיגורן אין אונדזער קליין ייִדיש אַקאַדעמיש וועלטל.
און וואָס אַן אמת האָט מען אינטערוויויִרט קאַרפּן־קעפּ פֿון אונדזער ייִדיש-וויסנשאַפט און לינגוויסטיק. זעט אויס אַז די אינטערוויויִרער זײַנען נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין אויפֿבויען די ייִדיש־פּראָגראַם אין קאָלומביע, זײַנען די געציילטע ייִדישע אַקאַדעמיקער בראַקירט געוואָרן.
צוגענומען אויף רחמיאלס שטעלע האָט מען עפּעס אַ שפּיל־פֿויגל, וואָס קען באמת נישט קיין ייִדיש, דערפֿאַר אָבער האָט ער געקענט די מלאכה פֿון מה־יפֿית, און דאָס האָט אויסגענומען אין דער אַקאַדעמיע.
יאָרן זײַנען פֿאַרבײַ און מײַנע ייִדיש־קלאַסן זײַנען געוואַקסן ווי אויף הייוון, האָט דער נײַער בעזעם מיך פֿאַרבעטן אויף אַ מיטיק אין אַ רעסטאָראַן.
דאָרט, צווישן אַ שעלמיש שמייכעלע און אַ קאָקעטיש דרײדל מיטן קאָפּ, האָט ער מיר צו וויסן געטאָן איך זאָל אָנשרײַבן אַ „סילאַבוס‟ פֿון מײַן אַרבעט, וואָס איך טו יעדן טאָג אין קלאַס, פֿאַרצײכענען יעדן מאַטעריאַל מיט וועלכן איך באַנוץ זיך, יעדעס ייִדיש טעקסט־בוך פֿון וועלכן מיר לערנען, ביז איך האָב זיך געכאַפּט אַז ער וויל פֿון מיר פּטור ווערן.
איך, נאַרישע מויד וואָס איך בין, האָב זיך אַוועקגעזעצט שרײַבן, ביז מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיר אויפֿגעשטאָפּט דעם קאָפּ. „די אַרבעט וואָס דו טוסט וועט דיך נעמען אַ קײַלעכדיק יאָר, און אַ חוץ דעם, האָט יעדער לערער זײַן אייגענע פּערזענלעכקייט, זײַן וויסן, זײַנע פֿעיִקייטן צו פֿירן אַ קלאַס. ס’איז אַרויסגעוואָרפֿענע טירחה.”
דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט מײַן עלטער, האָב איך זיך נישט אַנטקעגנגעשטעלט. איך האָב דעם חבֿרהמאַן געבעטן דורך די יאָרן איין זאַך: „מען דאַרף אָרגאַניזירן און צוגרייטן דעם מיעוט פֿון די גראַדויִר־סטודענטן וואָס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן, און איך בין גרייט צו געבן זיי אַ סעמינאַר אין ייִדישער פּעדאַגאָגיק, דעמאָלט וועל איך אַרויסנעמען מײַן גאַנץ ייִדיש לערערישן קלאַפּערגעצײַג און מיט זיי קנעלן ייִדישע לערערײַ.‟
מײַן פֿאַרלאַנג איז געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. איך בין געקומען צום אויספֿיר, אַז בײַ אים איז נישטאָ דער אינטערעס ממשיך צו זײַן ייִדיש ווי אַ שפּראַך און קולטור, ער איז פֿאַרנומען טאַנצנדיק אויף אַלע חתונות מיט איין „פּשעפּראַשאַם‟ און בויען זײַן קאַריערע אויף קאָנפֿערענצן וואָס האָבן אַזאַ שײַכות צו אונדזער ייִדישער שפּראַך און קולטור ווי א מילכיקער טשאָלנט.
דערווײַל האָב איך זיך צוריקגעצויגן פֿון דער לערערײַ. קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז באמת אונדזער לעצטער ייִדיש־לאַנד מיט אַ הויפּט־שטאָט.
איך וויל דאָ נישט אַרײַנגיין אין די פּרטים פֿון ווער איז שולדיק אין אונדזער ייִדיש פֿאַרלוסט. איין זאַך קען איך אײַך יאָ פֿאַרזיכערן, אַז מיר אַליין זײַנען שולדיק צוליב דעם וואָס מיר האָבן נישט געבויט קיין איין ייִדישע טאָג־שול.
אַ כאָפּטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אין מײַן צײַט פֿאַרטראָטן די ייִדיש־לימודים, צווישן זיי דער אַרבעטער־רינג, דער שלום־עליכם אינסטיטוט און דער ציוניסטישער לערער־פֿאַרבאַנד. איך דערמאָן דאָ אפֿילו נישט די לינקע אָרדן־שולן.
זיי האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען, אַז אויב די אַמעריקאַנער דערציונגס־סיסטעם וועט איבערנעמען די איבערזיכט איבער דער ייִדישער טאָג־שול, וועלן דאָך די שישקעס פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָנווערן זייער מאַכט און זייערע פּאָסטנס, ווײַל ס’רובֿ פֿון זיי האָבן נישט פֿאַרמאָגט די געהעריקע אַקאַדעמישע דאָקומענטאַציע, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישער העכערע בילדונג.
דאָ רעדט זיך פֿון אַ צײַט, גלײַך נאָכן חורבן, ווען די פֿרומע ייִדן האָבן געבויט ישיבֿות אויפֿצוהאַלטן ייִדישקייט. ווי אַזוי האָבן זיי דאָס באַוויזן? זיי האָבן דערלויבט אַמעריקאַנער לערער צו לערנען ענגליש און מאַטעמאַטיק, בעת מיר האָבן פֿאַרמאָגט אויסגעצייכנטע ייִדיש־לערער וואָס האָבן זיך ספּעציאַליזירט אין ייִדישער לערערײַ, ייִדישע ליטעראַטור, געשיכטע, פּסיכאָלאָגיע, העברעיִש און תּנ”ך.
איז אויב אין די ישיבֿות געפֿינען זיך מלמדים פֿון תּורה, גמרא און די הייליקע ספֿרים, האָבן זיי זיכער נישט געדאַרפֿט אָפּגעבן אַן עקזאַמען אויף זייערע געביטן.
און דאָס זעלבע וואָלט געשען מיט אונדזערע ייִדיש־לערער. אַנשטאָט דעם האָט מען זיך צעשפּליטערט אין פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס, מיט קאַבינעטן, טעלעפֿאָנען און פּריוואַטע סעקרעטאַרקעס. און אַז מ’הייבט נישט אָן מיטן קינדערגאָרטן, מיט פֿאַרזײען ייִדיש־לשון צווישן קליינוואַרג, ווי קען מען דערוואַרטן ייִדישע קאַטעדרעס אין די אוניווערסיטעטן?
אַ חוץ דעם חורבן וועלכער האָט אויסגעמעקט דאָס ייִדישע לשון פֿון די קדושים, האָט מדינת־ישראל אונדז אָפּגעטאָן אויף טערקיש, און אָפּגעמעקט דאָס ייִדישע לשון צוליב אַ נאַרישן קאַפּריז, שוין אָפּגערעדט פֿון אַן עם־הארצישן צוגאַנג צו אַן אייגענער קולטור.
זײַנען מיר ברוך־השם אַ צעשפּאָלטן פֿאָלק וואָס האָט צוויי טויזנט יאָר געהויזט בײַ יענעם אין גלות, וואָלטסטו דאָך געמיינט משיחס צײַטן, אַן אייגענע מדינה, שטעלט מען זיך אויפֿן קאָפּ, ווי בן־גוריון האָט עס ליב געהאַט צו טאָן, און רוף מיך קנאַק־ניסל.
האָט גאָט געהאָלפֿן און אַרויסגעפֿירט די ייִדן פֿון גלות־אשכּנז און באַזעצט זיי אין גלות ־ אַמעריקע, וווּ זייער אורשפּרונג טאָפּיעט זיך אין אַלדאָס גוטס, איז צו וואָס ברעכן זיך דעם קאָפּ מיט אַ ייִדישער קולטור, וואָס ליגט זיי אין דער לינקער פּיאַטע?
הענגט אונדזער ייִדיש־ייִדישקייט אויף אַ שטריק און מען הוידעט זיך און מען סודעט זיך און מען רעדט פֿון פּאָליטיק. נו, גענוג אויף הײַנט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.