(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ פּראָמינענטער ייִדישער כּלל־טוער האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די אויפֿהאַלט־הוצאָות און שטײַערן באַטרעפֿן אַרום 100,000$ אַ יאָר.
אונגערן איז נישט דאָס איינציקע געוועזענע קאָמוניסטישע לאַנד, וואָס האָט אַן אָרעמע ייִדישע באַפֿעלקערונג ווי אויך ריזיקע פֿאַרמעגנס געירשנט פֿון אַ תּקופֿה, ווען עס האָבן דאָרט געוווינט אַ סך ייִדן. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט סלאָוואַקיע, רומעניע און אַנדערע געוועזענע קאָמוניסטישע מדינות, וווּ עס וווינען הײַנט ווייניקער ווי 10,000 ייִדן, לעבן אין אונגערן 100,000 ייִדן — דער גרעסטער ייִדישער ייִשובֿ אין צענטראַל־אייראָפּע, און דער ייִנגערער דור פֿאָדערט טאַקע, אַז די קהילה זאָל אינוועסטירן אין די אַקטיוויטעטן, וואָס באַפֿרידיקן זייערע באַדערפֿענישן.
די אָרגאַניזאַציע „מרום‟ שפּילט אַ הויפּט־ראָלע בײַם צוציִען די ייִדישע יוגנט אין בודאַפּעשט. עס זענען אויך דאָ אַנדערע וואָס טוען עס: דער „אינסטיטוט פֿון ישׂראלדיקער קולטור‟, וואָס פּראָמאָטירט קולטורעלע אויסבײַטן צווישן ישׂראל און אונגערן; די „חבֿר־פֿונדאַציע‟, אַן אומפֿאָרמעלע פּלאַטפֿאָרם פֿון ייִדישער בילדונג, און „מנינים‟, וואָס פֿירט דורך טורן איבער בודאַפּעשט, קולטורעלע אונטערנעמונגען און קאָנפֿערענצן פֿון יונגע ייִדן.
קיינער פֿון די אָרגאַניזאַציעס באַקומט נישט קיין געלט פֿון „מאַזשיהיס‟. „שיראַלי‟, וואָס די שטאָט האָט פֿאַראַיאָרן געשלאָסן, טענהנדיק, אַז איר סטאַטוס אינעם בנין איז אַן אומלעגאַלער, וועט זיך אין גיכן ווידער עפֿענען, אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון $75,000 מצד די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟.
אַ „משה־הויז‟ אין אונגערן קריגט אויך נישט קיין פֿאָנדן פֿון „מאַזשיהיס‟, און דאַרף זיך פֿאַרלאָזן אויף דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער „סוכנות‟, האָט דערקלערט טאָמי בוכלער, דער דירעקטאָר פֿון „מנינים‟.
הגם „מאַזשיהיס‟ האָט אַ יוגנט־אָפּטייל, טוט עס ווייניק אויף, גיבן איבער עטלעכע קוואַלן. דער געוועזענער דירעקטאָר, מאַטע פֿעלדמייער, האָט פֿאַראַיאָרן דעמיסיאָנירט, נאָך דעם ווי ער האָט דערקלערט, אַז האָמאָסעקסואַלן זענען נישט דערלויבט ווי מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „מאַזשיהיס‟ — אַ זאָג, וואָס האָט אַרויסגערופֿן שטורמישע פּראָטעסטן פֿון עטלעכע יוגנטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. „מאַזשיהיס‟ פּאַסט אָבער יאָ אויף אויף די גרויסע שילן אין די שטעט וואַץ און גיאָנגיאָש, וווּ עס וווינען זייער ווייניק ייִדן, און וווּ די מתפּללים קריגן זעלטן אַ מנין. „ס׳איז וויכטיק צו ווײַזן דער וועלט, אַז די שילן זענען נאָך דאָ און זענען אַ טייל פֿון אונדזער אידענטיטעט,‟ האָט ראַדנאָטי באַמערקט.
בוכלער האַלט, אַז מע דאַרף מער אינוועסטירן אין די באַדערפֿענישן פֿון די יונגע ייִדן, און אויך לערנען די ניט־ייִדן וועגן דער ייִדישער קולטור, אָבער ער פֿאַרשטייט אויך דעם צווייטן צד. „מײַנע אייגענע עלטער־באָבע־זיידעס זענען באַערדיקט אין די בית־עולמס, וואָס ׳מאַזשיהיס׳ האַלט אויף,‟ האָט בוכלער געזאָגט. „אויב ׳מאַזשיהיס׳ וועט נישט אויפֿפּאַסן אויף די ערטער פֿון אונדזער קולטור־ירושה, וועט קיינער עס נישט טאָן.‟
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז טאַקע פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער מחלוקת, וווּ צענדליקער יונגע ייִדישע אַקטיוויסטן אין בודאַפּעשט האָבן געפּרוּווט צו לייזן די פּראָבלעם. בוכלער האָפֿט, אַז מע וועט קענען בײַטן דעם מצבֿ — נישט בלויז וואָס שייך אַ מער יושרדיקער אויסטיילונג פֿון די פֿאָנדן, אָבער אויך וואָס שייך דעם ענין, ווי קען מען איבערצײַגן די אונגערישע ייִדן אַליין צו געבן נדבֿות פֿאַר זייערע אינסטיטוציעס — אַ שווערע אויפֿגאַבע אין אַ לאַנד, וווּ די יאָרן פֿון קאָרופּציע און מיליטאַנטישן קאָמוניזם האָבן גורם געווען אַ טיפֿן ציניזם צו פֿילאַנטראָפּיע.
„די היסטאָרישע ערטער ווערן אויפֿגעהאַלטן דורך געלט פֿון דער רעגירונג, און די יונגע ייִדן קריגן געלט פֿון אויסלאַנד, אָבער די אונגערישע ייִדן אַליין גיבן כּמעט גאָרנישט,‟ האָט בוכלער געזאָגט. „מיר דאַרפֿן בײַטן אַזאַ צוגאַנג, דורך אײַנפֿירן אַ פֿינאַנציעלע דורכזיכטיקייט אין אונדזערע אינסטיטוציעס. דערנאָך וועט עס זײַן גרינגער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.