(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס יאָר 1937 האָט איבערגעלאָזט אַ פֿלעק אויף דער רעפּוטאַציעס פֿונעם שרײַבער. אין יענעם יאָר איז אַרויס זײַן בוך „מאָסקווע 1937‟, וואָס האָט ריינגעוואַשן סטאַלינען און זײַן רעזשים. ביזן הײַנטיקן טאָג זאָגט מען אַרויס פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן די סיבות, וועלכע האָבן געשטופּט פֿויכטוואַנגערן צום שרײַבן אַזאַ ענטוזיאַסטישע אַפּאָלאָגיע פֿון סטאַליניזם. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען זי אַרויסגעגעבן מיט אַ טיראַזש פֿון 200 טויזנט קאָפּיעס. ער האָט דאָך באַרעכטיקט אַפֿילו דעם פֿאַלסיפֿיצירטן געריכט קעגן די „טראָצקיסטן‟ און געלויבט די „דערפֿאָלגן‟ פֿון קאָלעקטיוויזירטע דערפֿער.
מע קען טענהן, אַז מע האָט פֿויכטוואַנגערן פּשוט „געקויפֿט‟. ס׳איז באַוווּסט, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט דערלויבט, מע זאָל אים אויסצאָלן ממשותדיקע האָנאָראַרן, און באַקומען האָט ער זיי ניט אין רובלען, וועלכע האָבן קיין ווערט ניט געהאַט מחוץ רוסלאַנד. בײַם פֿאָרשן די געשיכטע פֿון סאָוועטישע קאָנטאַקטן פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, האָב איך געלייענט, ווי אַזוי יוסף אָפּאַטאָשו האָט, למשל, געזוכט אַן אופֿן צו פֿאַרוואַנדלען די סאָוועטישע קערבלעך אין דאָלאַרן. צו מאָל פֿלעגט מען זיך צונויפֿרעדן מיטן „דזשוינט‟, ווען די אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע האָט נאָך געפֿירט טעטיקייט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: דער „דזשוינט‟ האָט גענומען די סאָוועטישע ממתּקים, און אין אַמעריקע האָט דער שרײַבער געקענט קריגן אַן עקוויוואַלענט אין דאָלאַרן. אָדער עפּעס אַן אַמעריקאַנער האָט געוואָלט העלפֿן זײַנע סאָוועטישע קרובֿים; זיי האָט דער שרײַבער געגעבן די רובלען און דערנאָך באַקומען דאָלאַרן אין אַמעריקע. פֿויכטוואַגער האָט אַזעלכע דאגות ניט געהאַט. אים האָט מען גלײַך געצאָלט אינעם אויסלענדישן געלט.
נאָך איין השערה קלינגט אַזוי: ער האָט אַלץ צי כּמעט אַלץ פֿאַרשטאַנען, אָבער אים האָט זיך געדאַכט, אַז אויף די חסרונות האָט מען געמוזט פֿאַרמאַכן די אויגן, ווײַל דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט, אין לעצטן סך-הכּל, געפֿירט די וועלט צו אַ ריכטיקן ציל. ווי אַ דײַטש-ייִדישער עמיגראַנט, האָט ער געזוכט אַ כּוח, וועלכער האָט געקענט זיך קעגנשטעלן היטלערן. און אין סטאַלינען (וואָס האָט דעם שרײַבער אויפֿגענומען אָנהייב יאַנואַר 1937) האָט ער דווקא דערזען אַזאַ כּוח.
פֿויכטוואַנגער איז ניט געווען דער איינציקער צווישן די אויסלענדישע אינטעלעקטואַלן, וואָס האָט זיך אַזוי אָדער אַנדערש געכאַפּט אויף דער ווענטקע פֿון דעם סאָוועטישן אַגיטפּראָפּ. אָבער אַ סך פֿון די דאָזיקע אינטעלעקטואַלן האָבן דערנאָך חרטה געהאַט און צוריקגעצויגן זייערע לויבגעזאַנגען. פֿויכטוואַנגער האָט עס, אין תּוך אַרײַן, ניט געטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.