(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַמעריקע איז אַ גרויס לאַנד און די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען מער באַוועגלעך ווי די ישׂראל־ייִדן. איין טאָג וווינט מען אין ניו־יאָרק, אַ צווייטן טאָג — אין שיקאַגאָ, אַ דריטן — אין לאָס־אַנדזשעלעס. אַפֿילו אין ניו־יאָרק גופֿא קלײַבט מען זיך גיך איבער פֿון איין טייל שטאָט אין אַ צווייטן, וואָס איז קולטורעל אין גאַנצן אַן אַנדער וועלט: פֿון „כינע־שטאָט‟ צו ברײַטאָן־ביטש, צו דער ריזיקער דאָמיניקאַנער געגנט — וואַשינגטאָן־הײַטס, צו אונדזערע חסידישע קוואַרטאַלן. אָבער צוליב דער דאָזיקער באַוועגלעכקייט ווערט אָפּגעווישט די ייִדישע געשיכטע, די ייִדישע אָנגעהעריקייט און „היימישקייט‟ פֿונעם אָרט.
אין אַ סך שטאָטטיילן (למשל, אין האַרלעם אָדער אין די בראָנקס), וואָס די ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט, זײַנען די געוועזענע שיל־בנינים געוואָרן קלויסערטס. גרויסע מענטשן זײַנען אַ מאָל געגאַנגען איבער געוויסע גאַסן, און וויכטיקע פּאַסירונגען זײַנען פֿאָרגעקומען דאָרט, נאָר קיינער ווייסט ניט וועגן זיי. וווּ האָט שלום־עליכם געוווינט, אָדער אַב. קאַהאַן? וווּ האָבן אונדזערע פּאָעטן זיך געטראָפֿן און פֿאָרגעלייענט זייערע ווערק? וווּ האָבן די ייִדישע אַנאַרכיסטן אָרגאַניזירט זייערע יום־כּיפּור־בעלער? וווּ האָבן דער באָבאָווער און דער ליובאַוויטשער רבי געפֿירט טיש, ווען זיי זײַנען ערשט אָנגעקומען אַהער?
ניו־יאָרק וועט ניט אויסזען ווי די שטעט אין פּוילן אָדער רוסלאַנד, וווּ די מלוכה קלאַפּט צו אַ טאָוול אויף יעדן בנין, וווּ אַ שרײַבער האָט אַ מאָל איבערגענעכטיקט — „דאָ איז געשלאָפֿן פּושקין‟, מיצקיעוויטש אאַז”וו. אין ניו־יאָרק וואָלטן מיר פּשוט געהאַט צו פֿיל טאָוולען. אָבער מיר נייטיקן זיך אין אַ ייִדישן וועגווײַזער, אַ בוך מיט מאַפּעס און באַשרײַבונגען, וואָס זאָל אונדז דערציילן וועגן דער היסטאָרישער ייִדישער געאָגראַפֿיע פֿון דער שטאָט. דאָרט, וווּ שלום־עליכם האָט געוווינט, קען מען לייענען זײַנס אַ ליד אָדער אַ בריוול; דאָרט וווּ אַ יום־כּיפּור־באַל אָדער אַ שטרײַק איז פֿאָרגעקומען, קען מען לייענען אַ קורצע באַשרײַבונג פֿונעם געשעעניש, וואָס איז דעמאָלט געדרוקט געוואָרן אין דער ייִדישער פּרעסע.
מיט דער הילף פֿון אַזאַ מין וועגווײַזער וואָלט דער לייענער געקענט זען דאָס, וואָס איז מער ניט צו זען מיט די אויגן: ווי די גאַס האָט פֿריִער אויסגעזען, ווי די ייִדן האָבן פֿריִער דאָרט געלעבט. מיר זײַנען דאָ די גאַנצע צײַט אַרומגערינגלט מיט דער ייִדישער געשיכטע, ניט ווייניקער ווי אין ווילנע אָדער אין ירושלים, נאָר צוליב דעם רעש און דעם האַוועניש איז זי אונדז שווער צו דערקענען. אַ וועגווײַזער וועגן דער ייִדישער קולטור, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, וואָלט אונדז דערמעגלעכט צו זען אונדזער היים מיט נײַע, אַלטע אויגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.