די ייִדישע צעשפּליטערטקייט, סײַ פּאָליטיש, סײַ רעליגיעז, סײַ אַקאַדעמיש, סײַ קולטורעל… בײַם שׂונא־ישׂראל זײַנען מיר אַלע גלײַך.
ווער געדענקט עס נישט ווי די יעקעס האָבן אַמאָל זיך געשעמט מיט זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע ברידער־ייִדן, וואָס פֿלעגן אָנשפּאַרן די ברעגעס פֿון „זייער דײַטשלאַנד און זייער היימאַט.‟ זייער כאָראַלע קלאָג איז געבליבן שטעקן אין די אויערן, וואָס איז באַקאַנט מיט זייער פֿלאָדן־עגמת־נפֿש:
„די אָסט יודן זינט אונדזער אונגליק!‟
דאָס איז געווען זייער וויי־געשרײ, ווען עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן ייִדן מיט לאַנגע קאַפּאָטעס, בערד און פּאות, און גערעדט האָבן זיי אויף אַ שפּראַך, וואָס האָט זיי געגרילצט אין די אויערן; זיי האָבן עס אָנגענומען ווי אַ צעקאַליעטשעטן דײַטש. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, נעבעך, אַז בײַם שׂונא־ישׂראל זײַנען מיר אַלע גלײַך. אַ סימן היטלער האָט נישט געגעבן די דײַטשע ייִדן קיין באַזונדערע פּריווילעגיעס, אַפֿילו, ווען זייער דײַטש האָט געקלונגען הײַנריך הײַנעריש, און זייער פֿידל־שפּילן — פֿעליקס מענדלסאָניש, און זייער וויסנשאַפֿט — אַלבערט אײַנשטײַניש.
דאָס אַלץ האָט זיי געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, ווען מען האָט זיי געטריבן צום טויט מיט די אָסט־יודן צוזאַמען. בכלל זײַנען מיר, ייִדן, אַ פֿאָלק וואָס איז אַלעמאָל געווען צעשפּאָלטן. אפֿילו אין דער אמונה אונדזערער, זײַנען מיר צעקרישלט אויף אַזעלכע סעקטעס ווי סאַטמאַר און ליובאַוויטש, גערער און באָבאָווער, וויזשניץ און פּאָניעוויעזשער, בעלדזער און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, חלילה, די טויטע־חסידים, וועמעס רבי לוי יצחק, דער בראַצלאַווער, ליגט באַגראָבן אין אומאַן, אוקראַיִנע. זאַמלען זיי זיך צונויף, יונג און אַלט אַרום זײַן קבֿר אין צײַט פֿון די ימים־נוראים, און מ’דינט אים ווי אַ לעבעדיקן רבין.
דער עיקר זײַנען מיר געשפּאָלטן, און גאָט זאָל אונדז שומר־ומציל זײַן איבערצוטרעטן די שוועל פֿון יענעמס אײַנגעגלויבטקייט אין זייערס אַ כּיתה. אויב דאָס איז נישט גענוג, טיילן מיר זיך אויף ליטוואַקעס און גאַליציאַנער, גאָט זאָל אָפּהיטן. אַמאָל, ווען אַ ליטוויש בחורל האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ גאַליציאַנער „מאַמזעלכל‟, איז געווען — הימל עפֿן זיך! עלטערן זײַנען געזעסן שבֿעה, געריסן קריעה, געשיט אַש אויפֿן קאָפּ, אַן אומגליק אין דער משפּחה.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך נאָך נישט אָנגערירט די זוים פֿון אונדזער צעשפּאָלטנקייט. ווען ס’איז געקומען צו פּאָליטיק, איז געווען קריאת־ים־סוף, גאָט היט אונדז פֿון די קליקעס.
די בונדיסטן מיט די אינטערנאַציאָנאַליסטן, די ציוניסטן מיט די אחד־העמניקעס, און לאָמיר נישט אַדורכלאָזן די ציוניסטישע סאָציאַליסטן, מיט די רעוויזיאָניסטן, די צעשפּאָלטענע קאָמוניסטן מיט די מאַרקסיסטן, באָלשעוויקעס מיט די מענשעוויקעס, לעניניזם מיטן סטאַליניזם, און פֿאַרגעסט נישט, חלילה, אין די טראָצקיסטן, נאַציאָנאַליסטן און פֿאָלקיסטן, מיטן ייִדישיזם, מיט די אַנאַרכיסטן, די טעריטאָריאַליסטן מיט די פֿאָלקיסטן, סאָציאַל דעמאָקראַטן, און… לאָמיך אָפּכאַפּן דעם אָטעם.
ווי איר זעט, בין איך נאָך נישט דערגאַנגען צום פֿרומען פֿליגל, אוי, זײַנען זיי צעשפּאָלטן…
פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ היטלערן און בײַ סטאַלינען האָט אונדזער צעשפּליטערטקייט נישט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע. ווי זאָגט מען בײַ ייִדן, אַלע יוונים האָבן איין פּנים. נעמלעך, אַז אַלע ייִדן בײַ אונדזערע מערדער, האָבן איין פּנים.
לאָמיך צוקומען צום הײַנט, און אויב איר מיינט, אַז מיר ייִדן, האָבן עפּעס אָפּגעלערנט פֿון אונדזער געשיכטע, אַ נעכטיקע וועטשערע. און אַז זינט דעמאָלט האָט מען זיך פֿאַראייניקט און געוואָרן אַ פֿאָלק פֿון „הנה מטובֿ ומה נעים שבת אחים גם יחד,‟ “און מיר זײַנען אַלע ברידער‟, אַן אויסגעבלאָזן איי!
הײַנט באַגעגנט מען מ’שטיינס געזאָגט ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן, ממש שׂונא־ישׂראל, זעלבסט־האַסנדיקע ייִדן, זיי מעגן טאַקע זײַן פּראָפֿעסאָרן, אָבער ווען עס קומט צו זייער פֿאָלק, זייער אייגענער אומה, זייערע ייִדישע וואָרצלען, זײַנען זיי נישט מער ווי אַנאַלפֿאַבעטן, נישט אַנטוויקלט זייער אָנגעהעריקייט צום פֿאָלק ישׂראל.
צו וואָס פֿירט מיך דער שמועס? צו אַ חבֿרהמאַן, דאָ אין אַמעריקע, וואָס רופֿט זיך יוסיף אַל חטיבֿ, מיינט איר דאָך, אַז ער איז אַן אַראַבישער טעראָריסט, אַ נעכטיקער טאָג, זײַן אמתער נאָמען איז יוסף כּהן, אויסגעוואַקסן איז ער אַ ייִד בײַ ייִדישע עלטערן. די טעג האָט מען אים אַרעסטירט פֿאַר די אַגיטאַציע אויף דער אינטערנעץ צו מאָביליזירן חבֿרה נאָכשלעפּער, וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין טעראָר־אַקציעס דאָ אין לאַנד.
וואָס טוט מען מיט אַזאַ בזיון? וואָס האָט אים דערפֿירט צו אַזאַ גײַסטיקער פֿאַרפֿוילטקייט? אפֿשר די היים? אפֿשר די סבֿיבֿה? און אפֿשר גאָר באַרימערישקייט, איך הייב נישט אָן צו וויסן. מיר לעבן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ אַלץ איז מעגלעך, אַ סך עלטערן האָבן אָנגעוווירן די שליטה איבער זייערע קינדער. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַמאָליקע צײַטן האָבן חבֿרה יונגוואַרג באַשולדיקט די אָרעמקייט, אין וועלכער זיי האָבן געלעבט. הײַנטיקע צײַטן באָדט זיך די יוגנט אין אַלדאָס גוטס, טויג עס אויך אויף טויזנט כּפּרות.
קום איך צוריק צו אונדזער צעשפּאָלטנקייט.
לויט מײַן שאַרף אויג, האָבן די ייִדן געוווינט אין קאָמפּאַקטע מאַסן אין מיזרח־אייראָפּע. ס’רובֿ אין אָרעמקייט און נויט. די שטאָט מיטן שטעטל זײַנען נישט געווען בכּוח זיי אײַנצוהאַלטן, זײַנען אַ סך פֿון זיי אַנטלאָפֿן, צי דאָס איז געווען פֿון אַ פֿרומער היים, פֿון רבינס הויף, פֿון דער ייִדישער גאַס. מ’איז געלאָפֿן זוכן גליקן, אײַנגעפֿונדעוועט מיט פֿולע קוישן פֿרעמדע און אייגענע אידעאָלאָגיעס.
איצט גיט אַ קוק אויף דער ייִדישער מאַפּע. צעשפּאָלטנקייט, צעשפּליטערטקייט, צעלאָזנקייט, צעבאַלעוועטקייט, בר־מיצוות ווערן געפֿײַערט ווי חתונות, חתונות ווי פּאַראַדן פֿון שוווילטאָג, איז דען אַ וווּנדער, וואָס זייערע יונגע, ס’הייסט, אונדזערע צוקונפֿטיקע דורות זײַנען צעמישט, אָן אַ דרך־הישר, אָן וויסן, אָן ייִדישער קולטור, שפּראַך, דערציונג, און דער עיקר, דעם עצם־פֿונק פֿון ייִדישקייט?
און דאָס איז חל אויף דער אַמעריקאַניזאַציע פֿון אונדזערע ייִדן. דאָרט, וווּ עס פֿעלט ייִדיש וויסן און קולטור, דאָרט הייבט אָן צו פֿוילן דער וואָרצל פֿון אונדזער אָפּשטאַם.
און אויב דאָס איז אַזוי, וואָזשע איז דער וווּנדער, וואָס ייִדישע פּראָפֿעסאָרן און אַקאַדעמיקער זײַנען שׂונאי־ישׂראל; אַז ייִדישע קינדער ציט צו אַן אויפֿרײַס, יענע וואָס לויפֿן קיין אינדיע צו באָדן זיך אין „זען־בודיזם‟, איז וווּ האַלטן מיר?
מיר האַלטן בײַ אַן איבערבײַט פֿון דורות. באָבע־זיידעס דור איז אַלט־מאָדיש, טאַטע־מאַמעס דור איז נישט צוגעפּאַסט צו דער טעכנישער וועלט, און דער דור פֿון טעכנאָלאָגישן נאָכוווּקס פֿאַרשטייט שוין נישט, אין וועלכער וועלט ער געפֿינט זיך, קויפֿט מען בילעטן אויף צו לאַנדן אויף דער לבֿנה אָדער אויפֿן פּלאַנעט מאַרס.
און וועמעס שולד איז עס? דער מענטשהייט, וואָס גיט זיך נישט אָפּ דעם חשבון פֿון פֿאַראַנטפֿאָרטלעכקייט און חשבון־הנפֿש. הריגה, מאָרד און נישט זיכער זײַן מיטן לעבן איז אַ טאָג־טעגלעך מאכל. די פֿעלקער אין מיטעלען מיזרח שעכטן זיך אויס צו ביסלעך, אונדזער חורבן פֿאַרשווינדט מיט דער אונטערגייענדיקער זון, אַזוי אַז מיר קומען סוף־כּל־סוף פּנים־אל־פּנים מיטן מין מענטש, דעם אַכזר.
און מיר ייִדן, דאָס שײַנדל פֿון חכמה און וויסן, פֿון צלם־אלוקים, אין געשטאַלט פֿון דער געטלעכקייט, טרינקען זיך אין מוטנע וואַסערן פֿון אומוויסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.