(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„אַטראַן־פֿונדאַציע‟, ווייסט יעדער לייענער מסתּמא, איז שוין צענדליקער יאָרן דער גרעסטער שטיצער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַנדערע ייִדיש־וועלטלעכע אינסטיטוציעס. די פֿונדאַציע פֿאַרמאָגט איבער 20$ מיליאָן אין פֿאָנדן, און פֿון דער סומע האָט זי יעדעס יאָר געגעבן דעם “קולטור־קאָנגרעס” אַ סובווענץ פֿון 45$ טויזנט. דאָס איז היפּש ווייניקער ווי די 120$ טויזנט, וואָס דער ייִוואָ, למשל, האָט באַקומען אין 2012, אָדער די 100$ טויזנט, וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן דעם ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט; אָבער פֿאַרן „קולטור־קאָנגרעס‟ איז די דאָזיקע סובווענץ געווען זײַן לעבנסבלוט, זי האָט געדעקט איבער אַ העלפֿט פֿונעם יערלעכן בודזשעט. ווען די „אַטראַן‟־פֿאַרוואַלטונג האָט באַשלאָסן ניט צו באַנײַען די סובווענץ אויף איבער אַ יאָר — אָדער כאָטש צו שטעלן אונטער אַ פֿרעגצייכן די דאָזיקע באַנײַונג — האָט זי מיט אַ מאָל געשטעלט אין סכּנה אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס באַרײַכערט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין משך פֿון 65 יאָר.
ווען דער קולטור־קאָנגרעס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1948, כּדי צו פֿאַראייניקן און פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע קולטור נאָכן חורבן, האָבן די גרינדער געהאַט פֿאַר אים אַ גרויסע וויזיע. ער האָט געדאַרפֿט ווערן אַ מין נײַע „קולטור־ליגע‟ פֿון וועלט־ייִדנטום; אַן אָרגאַניזאַציע פֿון אָרגאַניזאַציעס, און פֿיליאַלן זײַנען טאַקע אויפֿגעקומען אויך אין פּאַריז און אין בוענאָס־אײַרעס. נאָר פֿאַקטיש איז דער חלום קיין מאָל ניט מקוים געוואָרן, און צו ביסלעך איז די טעטיקייט פֿונעם קאָנגרעס אײַנגעשרומפּן געוואָרן. די אַנדערע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויפֿגעהערט צו שטיצן דעם „קולטור־קאָנגרעס‟, אָבער דער „קולטור־קאָנגרעס‟ האָט אַליין ווײַטער אָרגאַניזירט קאָנצערטן, רעציטאַציעס, פֿאָרלייענונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען; ווײַטער אַרויסגעלאָזט דעם זשורנאַל „די צוקונפֿט‟ און אין יאָר 2011 — די מאָנומענטאַלע אויסגאַבע „לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד‟ פֿון חיים ביידער. איך אַליין געדענק, אַז ביז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק פֿלעגט קומען אַ נישקשהדיקער עולם, ספּעציעל ווען דער „קולטור־קאָנגרעס‟ האָט זיך נאָך געפֿונען אינעם אַטראַן־בנין אויף דער 21סטער גאַס.
פֿאַר וואָס זשע האָט די פֿונדאַציע באַשלאָסן צו שנײַדן איר סובווענץ, איז ניט אין גאַנצן קלאָר. די מיטגלידער פֿון פֿאַרוואַלטונג בײַ דער „אַטראָן־פֿונדאַציע‟ האָבן אויסגעדריקט די מיינונג, אַז דער „קולטור־קאָנגרעס‟ איז מיט דער צײַט געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע פֿון איין מענטש, און אַז „אַטראַן‟ וויל בעסער שטיצן די גרעסערע אָרגאַניזאַציעס. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟ ציילט צווישן די געשטיצטע אָרגאַניזאַציעס, און אַז איר יערלעכע סובווענץ, וואָס איז געווען בײַ די 45$ טויזנט, איז גלײַכצײַטיק פֿאַרגרעסערט געוואָרן. אַזוי קען זיך שאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟, האָט געוווּנען אויפֿן חשבון פֿונעם קאָנגרעס — כאָטש איך הער, אַז דער דאָזיקער חשד איז ניט באַרעכטיקט, און אַז ס׳איז ניטאָ קיין שײַכות צווישן די צוויי באַשלוסן.
על־כּל־פּנים, מיר דאַכט זיך, אַז דער מצבֿ האַלט גאָר ניט אַזוי שלעכט, ווי מען מיינט. עס זײַנען פֿאַראַן גוטע מעגלעכקייטן פֿאַרן „קולטור־קאָנגרעס‟ צו געפֿינען נײַע געלטמיטלען, און ס׳איז אויך אפֿשר מעגלעך, אַז די „אַטראַן־פֿונדאַציע‟ וועט ווײַטער העלפֿן אויף עפּעס אַן אַנדער אופֿן, כאָטש ניט מיט דער זעלבער ברייטער האַנט, ווי ביז אַהער. עס קען זײַן, אַז דער „קולטור־קאָנגרעס‟ וועט איצט אַליין, אָדער אין שותּפֿות מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, באַנײַען זײַן טעטיקייט מיט מער אימפּעט און ענערגיע. אָבער עס קען אויך זײַן, אַז דער „קולטור־קאָנגרעס‟ וועט אין דער דאָזיקער קריטישער צײַט אונטערגיין, חלילה. דאָס וואָלט געווען אַ שווערער קלאַפּ פֿאַר אונדזער קליינער ייִדיש־וועלט, און עס ליגט אויף אונדז אַן אַחריות צו פֿאַרהיטן אַזאַ טרויעריקע מעגלעכקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.