מאַמע־לאָקשן

Mama's Noodles

יעלענאַ קאָסטיוקאָװיטש און איר בוך „צװינגער‟
יעלענאַ קאָסטיוקאָװיטש און איר בוך „צװינגער‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 23, 2014, issue of August 15, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס בוך איז געפּאַקט מיט טשיקאַװע ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאַקטן און רמזים פֿאַר אַ פֿײַנשמעקערישן לײענער. דאָ און דאָרטן באַװײַזן זיך באַקאַנטע היסטאָרישע פּערזענלעכקײטן פֿאַרמאַסקירט װי ליטעראַרישע פֿיגורן. הקיצור, יעדער אײנער װעט דאָ געפֿינען עפּעס פֿאַר זײַן געשמאַק, הגם דאָס גאַנצע בוך פֿון העכער זיבן הונדערט זײַטן איז אַ ביסל שװער צו פֿאַרדײַען.

און אַװדאי, איז דאָ פֿאַראַן אַ ייִדישע טעמע. קאָסטיוקאָװיטש שילדערט מיט אַ סך ליבשאַפֿט און פֿאַרשטאַנד דעם לעבנס־שטײגער פֿון אַן אינטעליגענטער קיִעװער ייִדישער משפּחה אין די 1960ער–1970ער יאָרן, און דאָס זײַנען די בעסטע טײלן פֿון איר בוך. זי רעקאָנסטרויִרט מיט די קלענסטע פּרטים די אײגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט, װען אײניקע מיטגלידער פֿון דער פּריװילעגירטער סאָװעטישער אינטעליגענץ האָבן בהדרגה פֿאַרלױרן זײער גלויבן אין קאָמוניזם, און זײַנען געװאָרן פֿאַרביסענע קעמפֿער קעגן דעם רעזשים. דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער אַנטיסעמיטיזם האָט דערבײַ אױך געשפּילט אַ געװיסע ראָלע.

די צרה איז, װאָס ס׳רובֿ הײַנטיקע מחברים, װאָס נוצן אויס די ייִדישע טעמע, האַנדלען מיט פֿלאַכע שאַבלאָנען און סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן. געװײנטלעך, מאַכט מען גרינטלעכע פֿאָרשונגען, כּדי איבערצוגעבן אַקוראַט די סאַמע קלענסטע היסטאָרישע פּרטים, אָבער װען עס קומט צו דער ייִדישער קולטור, און בפֿרט צו ייִדיש, באַװײַזן זיך כּלערלײ „מאַמע־לאָקשן‟ און „לאָקשן־קודש‟. כּמעט אַלע ייִדישע װערטער װערן דאָ ניט פֿאַרשריבן ריכטיק, אַזױ װי ייִדיש וואָלט ניט געווען קײן עכטע שפּראַך. דערבײַ אָבער שפּילט די ייִדישע טעמע אַ װיכטיקע עמאָציאָנעלע ראָלע אין קאָסטיוקאָװיטשעס ראָמאַן.

בכלל פֿאַרנעמען ייִדן און ייִדישקײט אַ חשובֿ אָרט אין דעם „ליבעראַלן‟ צװײַג פֿון דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. זײ דינען װי אַ מין בריק צװישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־װעלט. ייִדישע פּערסאָנאַזשן זײַנען שאַרפֿזיניק, באַגאַבט און באַװעגלעך. זײ פֿאָרן אַרום דער װעלט; אומעטום האָבן זײ קרובֿים און באַקאַנטע, און מיט זײער הילף בױט דער מחבר אַ ברײטע, אינטערנאַציאָנאַלע אַרענע פֿאַר דער האַנדלונג. די חורבן־טעמע איז אױך אַ װיכטיקע כּלי אױפֿצוּװעקן דעם אינטערעס בײַם ברײטערן אינטערנאַציאָנאַלן עולם, אָבער אַפֿילו דאָ דערלאָזט מען ניט זעלטן גאַנץ גראָבע היסטאָרישע פֿעלערן. פֿון דעסטװעגן, לױנט זיך איבערצולײענען „צװינגער‟ צוליב דעם רײַכן היסטראָריש־ביאָגראַפֿישן יסוד.