(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער קאָנצערט איז דעם עולם שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, בפֿרט די פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון די שבתדיקע תּפֿילות מיט פֿאַרשידענע ניגונים פֿון די בעלזער, גערער, ליובאַוויטשער און סקולינער חסידים, וואָס זענען גאַנץ אַנדערש פֿון די סטאַנדאַרטיזירטע כּמו־ספֿרדישע ניגונים, וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן קענען.
שבת דעם 19טן, האָבן די „קלעזמאַטיקס‟ אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון אַלטע און נײַע לידער. צווישן די, וועלכע האָבן בפֿירוש אויסגענומען בײַם עולם, איז געווען דאָס ליד „שנירעלע פּערעלע‟, וואָס אין זייער נוסח ווערט פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ פּשוט פֿאָלקסליד אין אַ טראַנצעדענטאַל איבערלעבעניש, אין וועלכן אַ כוואַליע פֿון קאָאָרדינירטע קלאַנגען באַגריסן דאָס קומען פֿון משיחן. אויך פּאָפּולער איז געווען זייער נוסח פֿון „אַלע ברידער‟, וואָס איז אַ מין הימען פֿאַר דער גרופּע און אַ פּאָר מוזיקאַלישע פּאָפּוריען, אונטער וועלכע דער עולם האָט געטאַנצט, אָנגעפֿירט פֿון סטיוו ווײַנטרויב.
זונטיק, דעם לעצטן טאָג פֿונעם פֿעסטיוואַל, איז געווען אַ פֿולע פּראָגראַם פֿון דרײַ קאָנצערטן. אויפֿגעטראָטן האָבן „דניאל קאַהן און דער באַמאָלטער פֿויגל‟, בתיה שעכטער מיט איר קאַפּעליע „פּרעהס טאָכטער‟, און צום שלוס - „פֿרענק לאָנדאָנס קלעזמער ברעס אָלסטאַרס‟ מיט דער זינגערין עלינאָר ריסאַ.
דניאל קאַהן האָט אָנגעהויבן זײַן אויפֿטרעט מיט זײַן האַלב־ראָקישע האַלב־קלעזמערישן נוסח פֿון אַבֿרהם רייזענס קלאַסיש אַנטי־מלחמה ליד „הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ אים מיט אָנשרעקנדיקע טענער פֿון זײַן אַקאָרדעאָן וועלכע דערמאָנען אין אַ ווינטל, וואָס בושעוועט איבערן שטעטל. ווי אין אַ סך קאַהנס לידער, שטעלט דער עיקר פֿונעם ליד ניט בלויז אינעם מוזיקאַלישן צונויפֿשמעלץ פֿונעם טראַדיציאָנעלן קלאַנג מיטן מאָדערנענעם ראָק, נאָר אויך אין זײַן ענגלישער איבערזעצונג. אַנשטאָט איבערצוזעצן דאָס ליד וואָרט בײַ וואָרט פֿון ייִדיש אויף ענגליש, שאַפֿט קאַהן אַ נײַעם ענגלישן נוסח מיט ווערטער, וואָס שפּיגלען אָפּ, ווי אַזוי דאָס ליד וואָלט געקלונגען, ווען מע וואָלט עס הײַנט אָנגעשריבן.
כּמעט אַלע לידער, וואָס קאַהן האָט געזונגען, האָבן געהאַט אַ פּאָליטישן באַטײַט, צווישן זיי אַ פּאָר לידער פֿון מרדכי געבירטיג (אויך מיט וווּנדערלעכע ענגלישע אַדאַפּטאַציעס). אפֿשר דאָס אינטערעסאַנסטס פּאָליטישע ליד אויף ייִדיש פֿון די לעצטע 20 יאָר איז, לויט מײַן מיינונג, זײַן ליד „דומײַ דומײַ‟ וועגן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.
נאָך קאַהנס קאָנצערט איז בתיה שעכטער אויפֿגעטראָטן מיט אַ ציקל לידער „ראַדיקאַלע פֿאַרוווּנדערונג: אַ מוזיקאַלישע עקספּלאָראַציע פֿון די לידער פֿון אַבֿרהם יהושע העשל‟, אין וועלכן זי האָט געזונגען דעם באַקאַנטן רבֿס לידער אויף אַ מאָדערנעם אופֿן. די לידער, וואָס העשל האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין 1933, זענען גאַנץ מאָדערן און שפּיגלען אָפּ דעם טעאָלאָגישן צוגאַנג, מיט וועלכן ער איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרן. די לעצטע פֿיר שורות פֿונעם ליד „איך און דו‟, וואָס שעכטער האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ רעפֿרען, זענען:
„ווען אַ נויט דיך קוועלט — אַלאַרמיר
ווען אַ מענטש דיר פֿעלט — רײַס אויף מײַן טיר
דו לעבסט אין דיר, דו לעבסט אין מיר‟.
צום סוף פֿונעם פֿעסטיוואַל איז פֿראַנק לאָנדאָן און זײַנע „קלעזמער בראַס אַלסטאַרס‟ אויפֿגעטראָטן מיט דער זינגערין עלינאָר ריסאַ. להיפּוך צו קאַהנס פּאָליטישע לידער און העשלס ראַפֿינירטע לידער, האָט ריסאַ געזונגען אַ ריי הומאָריסטישע לידער וועגן ליבע און באַנדיטן אויף אַ קאָקעטישן און פֿאַרווײַלערישן אופֿן. אַן אָפֿטע שפּילערין סײַ אויף דער ייִדישער בינע און סײַ אויף „בראָודוויי‟ זינגט ריסאַ אין אַן ענערגעטישן „וואָודעוויל‟־סטיל, וואָס איז אַ ירושה פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער קעטסקילס. זי האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם און ניט בלויז געזונגען ייִדישע לידער, נאָר אויך אַמעריקאַנער לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. צווישן זיי איז דעם עולם ספּעציעל געפֿעלן געוואָרן דאָס ליד פֿון דער פֿאָלק־זינגערין דזשאָני מיטשעל וועגן דעם באַקאַנטן ראָק־פֿעסטיוואַל „וווּדסטאַק‟, וואָס האָט אינספּירירט דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אַ נאָמען צו געבן זײַן קלעזמער־פֿעסטיוואַל - „ייִדסטאַק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.