צי זענען טאַקע די ייִדן אַ נאַציע?

Are the Jews Really a Nation?

עמוס עוז מיט זײַן טאָכטער פֿאַניע עוז-זאַלצבערגער
Getty Images
עמוס עוז מיט זײַן טאָכטער פֿאַניע עוז-זאַלצבערגער

פֿון עדי מהלאל

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

עמוס עוז, פֿון די סאַמע באַרימטע און אָנערקענטע ישׂראלדיקע שרײַבער, האָט אין סוף 2012 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך אויף ענגליש מיטן טיטל „ייִדן און ווערטער‟ (Jews and Words). אָנגעשריבן האָט עס עוז בשותּפֿות מיט זײַן טאָכטער, פֿאַניע עוז-זאַלצבערגער, אַ געשיכטע-פּראָפֿעסאָרשע אינעם חיפֿהער אוניווערסיטעט. דאָס בוך, וואָס די מחברים אַליין דעפֿינירן ווי אַן עסיי, איז לעצטנס אַרויס אויך אויף העברעיִש. אין דער הקדמה פֿאַר דער העברעיִשער אויסגאַבע, שרײַבן די מחברים: „מיר האָפֿן, אַז די עבֿרית-לייענער וועלן דערקענען, ווי מע ס‘האָבן דערקענט נישט ווייניק ענגליש-לייענער, אַז מע האָט דאָ צו טאָן מיט זייער אַ ישׂראלדיקן חיבור. עס טראָגט אין זיך אַ פּאָר פֿאָרשלאַגן בנוגע דעם ספּעקטאָר פֿון אונדזערע אידענטיטעטן, די העברעיִשע, די ייִדישע און די מענטשלעכע.‟

נו, פֿײַן. אַ ישׂראלדיקער חיבור וועגן ייִדן און זייער קולטור… וואָס ווילן דאָך די משוררים זאָגן? וואָס פֿאַר אַ חידוש ברענגען זיי אַרויס?

שוין אין דער הקדמה אַנאָנסירן די פֿאָטער און טאָכטער עוז, אַז עס רעדט זיך אין אַ פּאָלעמישן חיבור, וואָס „בעט בשׂימחה דאָס דיסקוטירן און פּאָלעמיזירן‟. מיט וועמען פּאָלעמיזירן זיי דערהויפּט? לויט דעם ערשטן קאַפּיטל, וואָס הייסט „המשכדיקייט‟ (Continuity), ווערט קלאָר, אַז זיי פֿירן אַ וויכּוח מיט דעם מאָדערנעם פֿאַרשטאַנד לגבי דעם, וואָס עס הייסט „נאַציע‟ און דעם פֿענאָמען פֿון „נאַציאָנאַליזם‟ אין אַלגעמיין.

על-רגל-אַחת, קען מען זאָגן: די מאָדערנע טעאָריע האַלט, אַז דער פֿענאָמען „נאַציאָנאַליזם‟ און דערצו אַלע נאַציעס אָן שום יוצא-מן-הכּלל, זענען לחלוטין אַ פּראָדוקט פֿון די מאָדערנע צײַטן. אַן אויסטראַכטעניש, וואָס איז באַשאַפֿן געוואָרן אין אַ געוויסער תּקופֿה בעת דער אַנטוויקלונג פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער ווירטשאַפֿט, פֿאָלגנדיק די אינטערעסן פֿון די נײַע אויפֿגעקומענע דאָמינירנדיקע כּוחות. כּדי צו שאַפֿן די נאַציע, האָבן אַלע גרופּעס, אָן אויסנאַם, געדאַרפֿט צוטראַכטן פֿאַר זיך אַ בשותּפֿותדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, און אַנטוויקלען אַ בשותּפֿותדיק באַוווּסטזײַן, דער עיקר, דורך דער פּרעסע און דער דרוקערײַ בכלל.

דער וואָס האָט בסך-הכּל געבאָרגט אָט די באַגריפֿן און עקזאַמינירט ווי זיי זענען חל אויף דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם, איז כּידוע געווען שלמה זאַנד, אַ היסטאָריקער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, מיט זײַן בוך „ווען און ווי אַזוי איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אויסגעטראַכט געוואָרן?‟ („מתּי ואיך הומצא העם היהודי?‟, 2008).

וואָס זשע שרײַבן די עוזס בנוגע דעם? בײַם אָנהייב פֿון דעם קאַפּיטל „המשכדיקייט‟ דערקלערן זיי: „אויף זייער אַ קאָנקרעטן אופֿן געהערן אַבֿרהם און שׂרה, רבֿ יוחנן, גליקל פֿון האַמלען און די מחברים פֿון אָט דעם בוך צו דער זעלבער דינאַסטיע. לעצטנס, הערן זיך קולות, וואָס צווייפֿלען אין דער דאָזיקער המשכדיקייט: קיין ׳ייִדיש פֿאָלק׳ איז בכלל נישט געווען, זאָגן זיי אונדז, אלא עס איז אין גאַנצן פֿאַרקאָכט געוואָרן דורך דער פֿיבערדיקער פֿאַנטאַזיע פֿון מאָדערנע אידעאָלאָגן… איינער פֿון די צילן פֿון אָט דעם בוך איז צוריק צו פֿאָדערן די חזקה אויף אונדזער אור-אַלטן נאַציאָנאַליזם, אָבער דער צווייטער ציל איז אויפֿצוקלערן די טבֿע פֿון אַ נאַציאָנאַלער אידענטיטעט, וואָס באַרעכטיקט בכלל אַזאַ מין מי.‟

קודם-כּל, קען מען שוין אויספֿירן, אַז מע האָט דאָ צו טאָן מיט אַ רעאַקציאָנערער אונטערנעמונג, וואָס וויל אויסשעפּן אַ ייִדישע אייגנאַרטיקייט, וועלכע ציט זיך כּלומרשט פֿון די אור-אַלטע צײַטן. אָט די אייגנאַרטיקייט, פּראָקלאַמירן זיי דאָך, באַזירט נישט אויף „ביאָלאָגיע‟, נאָר גיכער אויף „קולטור‟. וואָס זשע מיינט דאָס דאָ, לשיטתו, „קולטור‟? עס מיינט, אַ ווערבאַלן אופֿן פֿון המשכדיקייט; „אַ טעקסטועלע האָלאָוועשקע‟ אין זייערע ווערטער. איז, וואָס? אַנדערע קולטורן לייענען נישט? זיי לייענען דאָך, על-אַפּם ועל-חמתם פֿון די עוזס. אין ערטער, ווען מע לייענט ווייניקער, האָט עס קודם-כּל צו טאָן מיטן ניוואָ פֿון צוטריטלעכקייט צו די בילדונג-אינסטיטוציעס אין די דאָזיקער ערטער. ווען די פּאַלעסטינער-אַראַבער באַקומען אַ גלײַכע בילדונג, ווי די ייִדן אין ישׂראל, ווערן זיי מיט קיין טראָפּן נישט ווייניקער גוט, ווי די ייִדן אין אַלע געביטן, בתוכם צו שאַפֿן העברעיִשע ליטעראַטור (זע למשל: //yiddish.forward.com/articles/178799/a-gifted-arab-writer-of-hebrew-novels/).

זאַנדס בוך האָט געוואָלט פּראָטעזשירן די אינטיגראַציע צווישן אַלע ישׂראלדיקע בירגער אויף אַ גלײַכן אופֿן, נישט געקוקט אויף זייער אָפּשטאַם. נישט ווייניק ייִדישע ישׂראלים באַרעכטיקן דיסקרימינאַציע אין דער מדינה, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף גאָטס צוזאָג צו אַבֿרהם, און אַז זיי אַליין זענען די אָפּשטאַמלינגען פֿונעם ביבלישן יעקבֿ. נו, אם-כּן, געהערט דאָס לאַנד אויסשליסלעך צו אונדז, צום ייִדישן פֿאָלק!

אַנטקעגן דעם לייגן די עוזס פֿאָר כּלומרשט עפּעס מער מיושבֿדיקס און וועלטלעכס, אָבער דער רעזולטאַט בלײַבט דער זעלביקער: דאָס פּראָטעזשירן סעגרעגאַציע אַנשטאָט אינטעגראַציע. דאָס באַניצן זיך מיט דער טערמינאָלאָגיע פֿון „קולטור‟ ווערט באַשטעטיקט גם־כּן די אייבערשאַפֿט פֿון די ייִדן איבער די אַנדערע גרופּעס, בבֿחינת אַתּה-בחרתּנו נוסח די עוזס. אַגבֿ, אויף דעם געביט פֿון דעפֿינירן די טבֿע פֿון דער ייִדישער קולטור באַנײַען זיי אַבסאָלוט גאָרנישט. דאָס פֿאַרבינדן צווישן די ייִדן דורך טעקסטן איז אַפֿילו שכיח, בבֿחינת דער אָנגענומענער דעה.

און וווּ איז ייִדיש? ווי מע קען דערוואַרטן פֿון צוויי העברעיִסטן, האָבן די מחברים זייער ווייניק וואָס צו זאָגן וועגן דער שפּראַך, וועלכע פֿלעגט, צום מערסטנס, דעפֿינירן די ייִדן איבער דער וועלט, ווי אַ נאַציאָנאַלע גרופּע.